בן ציון אבא שאול
הרב בן-ציון אבא-שאול (כ"ט תמוז ה'תרפ"ד, 31סטן יולי 1931 - י"ט תמוז ה'תשנ"ח, 13טן יולי 1998) איז געווען ראש ישיבה פון פורת יוסף אין ירושלים און א ספרדישער פוסק. ער איז באטראכט געווארן ווי דער ספרדישער ״חזון־איש". ער איז געווען ווייט פון פובליסיטי, פון עפענטליכע אויפטריטן און זעלטן ווען געמאכט ״העדליינס״. ער האט געהאט בלויז איין און איינציקן אינטערעס, דינען דעם אויבערשטן. און דאס בעיקר דורך מרביץ תורה זיין און שטארקן די שמירת־המצוות צווישן די עדה׳ס פון די ספרדישע אידן.
הרב אבא שאול (צווייטער פון לינקס) מיט הרב עזרא עטייה מיט הרב משה פרוש (רעכטס) | |
געבורט |
31 יולי 1924 כ"ט תמוז ה'תרפ"ד ירושלים, בריטישער מאנדאט |
---|---|
טויט |
13 יולי 1998 (אלט 73) י"ט תמוז ה'תשנ"ח ירושלים |
קבורה ארט | סנהדריה בית עולם |
מדינה | ישראל |
לערנארט | פורת יוסף |
באלאנג | ספרדישע חרדים |
זיינע רביס | הרב יהודה צדקה, הרב עזרא עטייה |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןהרב בן־ציון אבא שאול איז געווען א יליד ירושלים, געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב אליהו אבא שאול, א ירושלימ׳ער מקובל און צו זיין מוטער מרת בניה. ער איז געווען א תלמיד אין ישיבה ״פורת יוסף״ און געווארן א תלמיד מצוין ביים גרויסן גאון און מקובל הרב עזרא עטייה, דער באקאנטער געוועזענער ראש־הישיבה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון די ספרדישע גאונים רבי צדקה חוצין און רבי יעקב חי ציון עדס. זיין גרויסן שם האט ער זיך דערווארבן א דאנק זיין געוואלטיקע התמדה זייט זיין פריערסטער יוגנט. ער האט אויך דערצו געהאט גוטע כשרונות, אץ א וואונדערליכן זכרון. ער איז אויך מפורסם געווען מיט זיינע צדקות׳דיקע מידות
ער איז געווארן א חתן ביים באקאנטן גרויסן ספרדישן מקובל רבי יוסף חיים שרעבני, דער ראש־ישיבת המקובלים ״אמת ושלום״.
רבי אבא שאול איז געווען דער ראש־ישיבה פון דעם גרויסן מרכז-התורה פון ספרדישע אידן ״פורת יוסף״ אין ירושלים.
משפחה
רעדאַקטירןער האט געהייראט מרת הדסה מסעודה (טאכטער פון הרב יוסף חיים שרבני). זיי האבן געהאט א בן יחיד, רבי אליהו אבא שאול, ראש ישיבת אור לציון ירושלים און איידעם פון רבי יהודה מועלם מראשי ישיבת פורת יוסף. אייניקל ראש ישיבת אור לציון הרב בן ציון אבא שאול בן רבי אליהו.
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן- מרדכי הכהן, דאס אידישע ווארט, תשרי תשנ״ט, ביי HebrewBooks
רעפערענצן
רעדאַקטירןפֿריערדיגער: רבי עזרא עטייה |
ראש ישיבה פון פורת יוסף מיט רבי יהודה צדקה |
נאָכפֿאלגער: רבי משה צדקה רבי שלום כהן |