באשיר זשומייעל
באשיר זשומייעל (10טן נאוועמבער 1947 - 14טן סעפטעמבער 1982) איז געווען א פאליטיקער גענעראל און ערוויילט אלס פרעזידענט אין לבנון. ער איז אומגעקומען נאך איידער ער איז געווארן איינגעשוווירן אלס פרעזידענט.
געבורט |
10 נאוועמבער 1947 לבנון |
---|---|
דערמארדעט |
14 סעפטעמבער 1982 (אלט 34) לבנון |
מדינה | לבנון |
פאך | פאליטיקער, מיליטער-מענטש |
זיין יוגנט
רעדאַקטירןער איז געבוירן, דעם 10טן נאוועמבער 1947. זיין פאטער פיער זשומייעל, איז געווען א באוואוסטער פיגור אינעם זעלבסטשטענדיקן לבנון, ער הא געגרינדעט די פאלאנג יוגנט באוועגונג, פאר די מאראנען. און דורך דעם איז באשירס כוח שטארק געווארן.
ביים ברודער קריג
רעדאַקטירןאין 1975, ביים לבנון ברודער קריג איז ער אויס מיט זיין גאנצע שטארקייט, זייענדיק כאריזמאטיש, און א שיינע רעדנער, האט ער זייער שטארק אויסגענומען צווישן די קריסטן, ער האט אנגעפירט די פארטיי וואס זיין טאטע האט געגרינדעט, שפעטער צוזאמגענומען אלע קריסטליכע מיליציעס, אונטער איין דאך, מיטן נאמען לבנון קרעפטן, אזוי ארום האט ער געווינען די קריסטליכע באפעלקערונג צו זיין זייט, ער איז זיך באגאנגען מיט זיינע פיינט, זייער ברוטאל, ווי עס איז באוויסט ביי די טאג פון די לאנגע מעסערס.
ער האט פארלוירן זיין טאכטער אין מיי 1980, ביי אן אטענטאט פארזוך, וואס איז געווען געשטעלט קעגן אים.
ישראל אלס אליאירטע
רעדאַקטירןאריינשלעפנדיק ישראל, אינעם לעבאנעזע בלאטע, אנהייב דורך צוזאמען ארבעט, און שפעטער מיט קראקאדיל טרערן, מיטן באשולדיקן די פאלעסטינער, און די סירישע ארמיי, מיטן סיסטעמאטיש אומברענגן קריסטן, מנחם בעגין הערנדיק פון די זיינע באשולדיקונגען, איז איבערגענומען געווארן פון זיין בעטן, און צה"ל האט געווארט אויפן באפעל אריינצוטרעטן אין אן אפענסיווע, גערופן געווארן פרידן פארן גליל.
פרעזידענט
רעדאַקטירןווילנדיק ווערן פרעזידענט, און ישראל זעענדיק א געלעגנהייט אונטערשרייבן א שלום אפמאך מיט א לאנד, וואס וועט אויפטון אסאך, איז ישראל געגאנגען, און צוזאם גענומען אלע פארלאמענט מיטגלידער, וואס האבן נאך געלעבט 1982, פונעם אלטן פארלאמענט. (פון איידער דער קריג האט זיך אנגעפאנגען, זענען קיין וואלן נישט פארגעקומען אין לבנון, פאר דעפוטאטן אינעם פארלאמענט). און האבן זיך געפונען אונטער ישראל קאנטראלירטן שטח, און זיי האבן געשטימט פאר באשיר אלסן נייעם פרעזידענט. אויפן 23סטן אוגוסט 1982.
עטליכע טעג דערויף, דעם 14טן סעפטעמבער 1982. איז ער אומגעקומען דורך א באמבע, אין די פלאנגן פארטיי הויפטקווארטיר, אינמיטן א רעדע וואס ער האט געגעבן. דורך א גריכיש ארטאדאקסישער קריסט, וואס האט אנגעהערט דעם סירישן פארטיי.
זיין אומקום האט געברענגט אן אויפוואכונג צום ישראל חלום, און א טאג דערויף זענען ישראל זעלנער אריין אין מערב ביירוט, אייננעמענדיק פאלעסטינע פליטים לאגערן, האבן זיי איבערגעגעבן קאנטראל פאר די פאלאנגן, און די קריסטן זייענדיג אויפגעברויזט, און פיל מיט נקמה געפילן, האבן זיי דורכגעפירט דער מאסן מארד אין סאברא און שאטילא.
אלס פאליטיקער
רעדאַקטירןאין ישראל זענען זיינע אויפטיונגען אונטער מיינונגס פארידענהייטן, א טייל טענהן אז ער איז פשוט געווען אן אויסניצער פון ישראל. אנדערע האבן בכלל געהאט טענות אויף אים, אז זיין גאנצע רייכטום האט ער באקומען פון פארקויפן דראגס. פארהאן מענטשן וואס זאגן ביז היינט ווען ער לעבט ווען, וואלטן אסאך זאכן געווען אנדערש אין לבנון.
וועב לינק
רעדאַקטירן[1], באשיר ביי אן אינטערוויו אויף ענגליש.