דער באספארוס איז א דורכגאס וואס צעשיידט דעם אייראפעאישן טייל פון טערקיי פון זיין אזיאטישן טייל (אנאטאליע). דער באספארוס פארבינדט דעם שווארצן ים מיטן ים פון מארמארא. ער איז לאנג 30 ק"מ מיט א מאקסימום ברייט פון 3,700 מעטער ביים צפון אריינגאנג און מינימום ברייט פון 700 מעטער. דער טיף איז פון 36 ביז 124 מעטער.

סאטעליט בילד פונעם באספארוס גענומען פון דער אינטערנאציאנאלער קאסמאס סטאנציע אפריל 2004
באספארוס בריק
קוק אויפן באספארוס און דעם פאטיה סולטאן מעהמעט בריק

די ברעגן פונעם דורכגאס זענען שטארק באפעלקערט, או די שטאט סטאמבול ליגט אויף ביידע זייטן.