באסטאן איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט אין דעם אמעריקאנער שטאַט מאסאטשוסעטס[1] און אין גאנץ ניי ענגלאנד. די שטאט איז די 24סטע גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט א באפעלקערונג (געשאצט) פון 645,966 אין יאר 2013. איינוואוינער פון באסטאן הייסן "באסטאנער" (ענגליש: Bostonians).

אין 1630 קאלאניסטן פון ענגלאנד האבן מייסד געווען די שטאט אויפן שאוומוט האלבאינזל.[2] ווערנט דעם סוף פון דעם 18טן יארהונדערט האבן פאסירט אין באסטאן עטלעכע וויכטיגע פאסירונגען פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע, איינשליסנדיק די באסטאנער שחיטה און די באסטאנער טיי פארטי. נאך דער אמעריקאנער זעלבשטענדיגקייט איז באסטאן געווארן א הויפט פארט און צענטער פון פאבריצירן.

באסטאן האט געהאט דעם ערשטן סאבוויי סיסטעם אין די פאראייניקטע שטאטן.[3]

היסטאריע

רעדאַקטירן

באסטאן איז געגרינדעם דעם 17טן סעפטעמבער, 1630, דורך פוריטאנער קאלאניסטן פון ענגלאנד. במשך 100 יאר איז באסטאן געווען די גרעסטע שטאט אין בריטישער צפון אמעריקע.

ביי אידן

רעדאַקטירן

הר"ר פינחס דוד הורוויץ האט זיך באזעצט אין באסטאן ווען ער איז געקומנן פון ירושלים, און האט אויפגעשטעלט דאס באסטאנער חסידות. דער פריערדיקער באסטאנער רבי, הר"ר לוי יצחק הורוויץ האט א בית מדרש אינעם ברוקליין געגנט פון באסטאן.

באסטאנער מאראטאן אטאקע

רעדאַקטירן

די באסטאנער מאראטאן אטאקע איז געווען א טעראריסט אטאקע וואס איז פארגעקומען דעם 15טן אפריל 2013 בעת טויזנטער מענטשן האבן מארשירט אין דעם יערליכן מאראטאן אין באסטאן, מאסאטשוסעטס. 2 באמבעס האבן עקספלאדירט, 13 סעקונדעס באזונדער. די אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דורך צוויי ברידער.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Massachusetts Bigger Cities (over 6000 residents). City-Data.com (2007). דערגרייכט דעם 2007-04-28.
  2. Banner, David (2007). BOSTON HISTORY—The History of Boston, Massachusetts. SearchBoston.com. דערגרייכט דעם 2007-04-28.
  3. Fagundes, David; Grant, Anthony (‏28סטן אפריל 2003). The Rough Guide to Boston. Rough Guides. ISBN 1-84353-044-9.