.

קריאזע און קאנטראווערסיעלע געשיכטע'ס

רעדאַקטירן

ווען עס קומט צו קריאזע און קאנטראווערסיעלע געשיכטע ווי דאס אז ר' אהרן טייטלבוים זיצט אין מקוה און באטראכט נאקעטע מענטשן, איז זעלבסטפארשטענדליך אז עס ליגט אויפן שרייבער עס צו קאראבעראטירן, נישט דער מעקער, עס איז פונקט ווי איינער זאל קומען מיט א מעשה אז בעלזער רבי ברעכט זיך איין אין הייזער יעדע נאכט מיט א ביקס און באראבעוועט מענטשן רעכטס אויף לינקס, און ווילאנג קיינער לייקענט עס נישט טאר מען עס נישט מעקן, יעדער אין סאטמאר ווייסט אז דאס איז א שמוציגע הוצאת שם רע אויף א רבי פון חסידישע אידן.--געוואלד 22:02, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

סאיז פארהאן גאר א גרויסער חילוק, דאס ווייס איך אז ער פלעגט רעדן פאליטיק אין מקווה, דאס ווייס איך אז ער פלעגט זיצן לאנגע צייט אין מקווה, מער פון א דורכשניטליכער מענטש. סאו איז נישט אזא מרחק צו זאגן אז ער קוקט ווי מען טאר נישט איבערהויפט אז ער האט געשוואורענע שונאים זעה איך אז עס איז נישטא קיין רויך אן קיין פייער, אבער בעלזער רב איז געווען באקאנט אז ער האט אנדערע דאגות פון גיין באנאכט מיט א ביקס, און באראבעווען מענטשן, ס'פעלט אים נישט קיין געלט און נישט קיין אנדערע מיטלן וויאזוי ארויס צו גנבענען געלט זיך צו באנוצען מיט א ביקס. איז אשר על כן. וויל איך וויסן צו דו ווייסט וואס דו האסט געמעקט אדער דו האסט געמעקט וואס דו ווייסט נישט?--Zali 22:08, 13 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

וויקיפעדיע יסודות

רעדאַקטירן

Zali, דו האסט א טעות, סיי אין דיינע טענות דא און די זעלבע אויף אנדערע פלעצער. איך זעה אז דער ענין גייט שוין באלד איבער די מאס, וועל איך פרובירן אויפצוקלערן פארוואס איך האלט אז דו טוסט נישט ריכטיג. און איך ווארן שוין מתחלה אז דאס וועט זיין א לאנגער דרשה.

איך ווייס נישט ווילאנג דו באטייליגסט זיך אויף וויקיפעדיע; עס קען זיין אז דו ביז נישט באקאנט אין די יסודות וויאזוי וויקיפעדיע ארטיקלען דארפן ווערן באשריבן. איך בין דיר נישט דן, איך האב נישט צו דיר קיין טענות, אבער איך מיין איך קען רואיג זאגן אין נאמען פון פילע מיטארבעטער אז דו ארבעטסט נישט לויט די אנגענומענע יסודות. דו מיזט פארשטיין בעסער די אפיציעלע יסודות פאר דו טענה'סט זיך מיט מענטשן וואס באטייליגן זיך שוין וואכן און חדשים, און אפילו יארן. יעדע מענטש, א נייער באזוכער צו אן אלטגעזעסענער, האט דער זעלבער רעכט זיך צו באטייליגן, אבער עס זענען דא אנווייזונגען וואס מוזן ווערן איינגעהאלטן.

אויף גרינגער צו מאכן (און איך מיין דא פשוט צו זיין בייהילפיג) וועל איך דא אראפברענגען די פיר non-negotiable יסודות וואס יעדער וויקיפעדיער מוז אין זיי זיין באקאנט. ד.מ. מען קען זיך אויף די יסודות נישט טענה'ן. דער איינציגער פראגע אויף אן ארטיקל איז צו עס שטימט מיט די יסודות. די פיר יסודות זענען (און איך ברענג זיי אין ענגליש ווייל אזוי זענען זיי פארמולירט געווארן אין פולסטן):

קליק אויף יעדע איינס צו פארשטיין מער באריכות. איך ווייס נישט ווי גוט דו קענסט ענגליש. אויב פארשטייסטו נישט אזוי גוט וועל איך גערן ערקלערן.

לענינינו, אויף די אויבערשטע טענה'ריי, איז די וויכטיגסטע Verifiability. ווי עס ווערט קלאר געשריבן אין דעם אפיציעלן פאליסי, איז דער פראגע נישט אויב א פאקט איז אמת, נאר אויב מען קען עס פעסטשטעלן אין אן אנגענומענער פובליצירטער מקור. עס איז בכלל נישט קיין נפק"מ אויב איינער זאגט איך האב עס אליין געזעהן מיט מיינע פליישיגע אויגן. ווילאנג מען קען נישט באשטימען דעם פאקט פון א פארלעסליכן, פובליצירטער מקור האט עס גאר ווייניג ווערד.

נאך א וויכטיגער יסוד איז דער No original research פאליסי. מען קען נישט אליין גיין דערגרונטעווען אן ענין, און דערנאך ארויפלייגן אויף וויקיפעדיע אלץ פארלעסליך. עס מוז שוין זיין געדריקט ערגעץ וואו. אין א פארלעסליכן בוך, צייטונג, וועב זייטל, וכדו'.

די פיר יסודות זענען אזוי שטארק אז אויב אן ארטיקל אדער א חלק פון אן ארטיקל פעלט אין די יסודות, האט יעדער רעכט צו מעקן. עס איז נישט דער אחריות פון דעם מעקער צו ווייזן אז עפעס איז פאלש. עס איז דער אחריות פונ'ם שרייבער צו ברענגען א פארלעסליכן מקור.

פארשטייט זיך אז אויף היימישע ענינים שטעלט זיך א שטיקל פראבלעם: מיר האבן א גרויסן תורה שבעל פה, ד.ה. אסאך פון די נייעס און געשעענישן וואס טרעפן זיך צווישן אונז גייען פון מויל צו אויער און זענען פאר כמעט יעדן באקאנט אבער אין ערגעץ נישט אפגעשריבן. האט זיך איינגעפירט דערפאר אויף דעם אידישן וויקיפעדיע אן אומאפיציעלער פאליסי אז מען לאזט אדורך אן פובליצירטער מקורות ווילאנג מען רעדט נישט פון קיין אויסטערלישע פאקטן, און עס איז גרינג געוואויר צו ווערן דער אמת'קייט דערפון. אבער איינמאל עס ווערט א קריגעריי אויף אן ענין, האט יעדער שמויגער א רעכט צו מעקן אויב דער שרייבער קען נישט ברענגען קיין פובליצירטער, פארלעסליכער מקור.

איך שעץ דיינע באטיילונגען, און דער לעצטער זאך וואס איך וויל איז צו מאכן אומאנגענעם דא פאר קיינעם. אבער אן די אויבנדערמאנטע יסודות האבן מיר נישט מיט וואס צו גיין צום טיש. איך זאג קלאר אז איך וועל ארבעטן איבערמידלעך ביז מען וועט איינהאלטן די יסודות--עכ"פ ווי ווייט מעגליך. און איר קענט זיין זיכער אז דאס האט די שטיצע פון רוב אחריות'דיגע מיטטיילער. איך גלייב אז אסאך וואס איך האב געשריבן איז פאר קיינעם נישט קיין נייעס, אבער ווי מיין רבי אין חדר האט געזאגט, "ווי מער מען חזר'ט אלץ בעסער." איך האב אריינגעלייגט צייט און מיה דאס אלץ אפצושרייבן, נישט קיינעם צו מוסר'ן, נאר דא האט קלאר אויסגעפעלט א חזרה.

צום שלוס וועל איך ברענגען דא וואס עס האט געזאגט דער גרונדער פון וויקיפעדיע, דזימבא וועילס (בנוגע צולייגן דעם ווארט "דארף א מקור" לעבן א זאץ):

I can NOT emphasize this enough. There seems to be a terrible bias among some editors that some sort of random speculative 'I heard it somewhere' pseudo information is to be tagged with a 'needs a cite' tag. Wrong. It should be removed, aggressively, unless it can be sourced. This is true of all information, but it is particularly true of negative information about living persons.

(איבערגעטייטשט: "איך קען דאס נישט גענוג מדגיש זיין. עס איז ווארשיינליך דא א געפערליכער נייגונג צווישן טייל מיטטיילער אז א געוויסער "איך האב עס ערגעץ געהערט" פסעוודו-אינפארמאציע דארף מען אנצייכענען מיט א "באדארף א מקור" צייכענונג. נישט ריכטיג. מען זאל דאס מעקן, אגרעסיוו, ביז עס קען ווערן אנגעוויזן א מקור. דאס איז ריכטיג פאר סיי וואספארא אינפארמאציע, אבער איבערהויפט איז עס ריכטיג וועגן נעגאטיווע אינפארמאציע וועגן לעבעדיגע מענטשן."

--קאצקער 03:42, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

א גרויסן דאנק פארן איבערטייטשן. איך וואלט מיך דערפרייט אויב דו קענסט בריינגען דורכפירונגען וי ווייט מען מעג זיך נידערן צו פריוואטע אינפארמאציע, איז דאס אינגאנצן אומבאגרעניצט? למשל די ידיעה אז ר' אהרן קוקט אויף איברי המין אין מקווה, אין וועלכע "נישט פאסיג צום וויקיפעדיע" קאטעגאריע קען מען דאס אריינלייגן? ►רוני◄ 09:07, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
איך האב אריבער געצויגן דעם שמועס קיין געמיינדע בלאט, ווייל איך האלט אז מיר מוזן דא קומן צו א בשלוס ווי שנעלער איבער דעם ענין. איך זעה אויך איין דעם וויכטיגקייט אין אזא פאליסי פון נישט שרייבן וואס מען ווייסט און לאזן מעקן כללית אויב עס האט נישט קיין מקור, אבער ביים יידישן וויקיפעדיע איז דא אן אויסנאם וואס דער ענגלישער האט נישט, און דער ענגלישער מוז זיך נישט ספראווען מיט דעם פראבלעם. נעמליך אז אונזערע רעביס און גבאים און ראשי הקהילות, דארפן ווערן באשריבן און אויב וועט מען פארלאנגן מקורות פון אלעס און אלעמען וואס איז אנגענומען וועט מען נישט האבן קיין וויקיפעדיע, ווייל רוב ארטיקלן איבער היימישע חסידישע מחלוקת און קאנטראווערסיעס ווערן אבסאלוט נישט באשריבן אין קיין פרעסע מיר וואונען אין כינע און אלט סאוויטישן פארבאנד אונטער טאליבאן טעראר. איז אלזא ווי קען איך אויווייזן אז ר' משה'לע וויזניצער אדער ר' שמואל יעקב כהן זענען פארווייטאגט אויף זייערע אינגערע ברודער, און וויאזוי קען איך זאגן וואס די סיבה איז ווען עס וועט תיכף אויסגעמעקט ווערן ווייל איך קען קיינמאל נישט ברענגן קיין מקור?

אלזא וואס איז דער מיטל וועג, איך האב א מיטל וועג, און סאמהאו וויל עס דא קיינער נישט אנעמען, אז ווילאנג עני באנוצער זאגט אז עס איז נישט אמת, קיינער לייקענט נישט דירעקט דעם מציאות, דארף מען דאס יא לאזן, דער רגע וואס איינער זאגט דאס איז נישט אמת איז אראפ.

איז אלזא וויל איך וויסן פארוואס איר זענט נישט מסכים און וואס איז אייער אלטערנעטיוו צו שליכטן דעם פראבלעם.

אבער דערווייל קען קיינער נישט מעקן קיין שום זאך נישט ווייל די געזעצן פון ענגלישן קענען נישט און זענען נאכנישט איינגעפירט געווארן מיר ווארטן וואס דער עולם וועט זאגן. און צו רוני האק דיר ארויס פון קאפ, דאס ווארט פאסן די שאלה איז נישט צו עס פאסט צו נישט די שאלה איז אז אפילו ספאסט נישט וויאזוי קען מען דאס באשטעטיגן איר ווארהייט כדי דאס זאל נישט טארן געמעקט ווערן פון קיינעם.? איך האלט אז זאכן ווי א מקווה וואס טויזענטער מענטשן קענען דאס זעהן אדער האבן דאס געזען, קען מען הערן כאטש פון איינעם וואס זאל דאס לייקענען און אראפ פון וויקיפעדיע.--זאלי 14:03, 14 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע טוישן אפענסיוו נאמען

רעדאַקטירן

איך וואלט דיך געוואלט בעטן באנוצער זאלי צי טוישען דיין באנוצער נאמען. נעם א נארמאלע ניק נאמען נישט קיין שאנדע נאמען. נעם ווי א שטייגער קאצקער. שמאלטץ וכו`.--העולם 18:02, 20 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

וואס פאר איינעם איז א שאנדע איז פארן אנדערן א כבוד. אבער אויב דו ווילסט דווקא וועל איך טוישן, איך ווייס נאר נישט וויאזוי.--Zali 18:05, 20 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

האסט אנגעהויבען צי ברענגען ווערטפאלע אינפארמאציע אין וויקיפידיע די מאכסט לעצטנעס א מעסטער ארבייט עס איז א שאד אז די נאמען איז זאלי איך וואונטש דיך נאר אן ווי שיין דיין ארבייט איז זאל דיין הצלחה שיינען שענער אין שענער.very nice job --העולם 18:20, 20 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

נו אז א איד האט הנאה איז דאך זיכער גוט פארן בורא כל העולמים, מיר ווארטן טאקע זאלסט עפעס שרייבן דא.--Zali 18:23, 20 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

איך קען דיר טוישן דיין נאמען אויב דו ווילסט ►רוני◄ 15:40, 21 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער