Wwii study
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
--Chaim Shel 16:30, 19 אַפריל 2009 (UTC)
קאוואטשהאז
רעדאַקטירןוואו געפונט זיך קאוואטשהאז? לעבן וועלכע אנדערע שטעטלעך? וויאזוי שרייבט מען דעם נאמען אויף אונגאריש? --פוילישער 06:25, 9 יולי 2009 (UTC)
קישקעריש
רעדאַקטירןווי ווייט איז קישקעריש פון בודאפעשט? --פוילישער 06:48, 9 יולי 2009 (UTC)
ברינן
רעדאַקטירןווען איר שרייבט וועגן ברינן, צי מיינט איר די שטאט Brno אין טשעכיי? --פוילישער 06:10, 19 יולי 2009 (UTC)
לידא
רעדאַקטירןא דאנק פארן אנהייבן דעם לידא בלאט. --פוילישער 15:17, 23 יולי 2009 (UTC)
צי איז דאס דאס דארף Vaja וואס איז 14.5 ק"מ פון מאטעסאלקע? --פוילישער 14:34, 26 יולי 2009 (UTC)
אונגארישע שטעטלעך
רעדאַקטירןכ'נעם מיינע ידיעות פון וואנעט עס לאזט זיך. למשל פון דער ענגלישער וויקיפעדיע אא"וו. (איר קענט זיך אנרופן דא אויף דעם בלאט.) --פוילישער 17:36, 29 יולי 2009 (UTC)
פילזען
רעדאַקטירןביטע קלאר שטעלן צו דאס איז צוויי פלעצער צו איין פלאץ זעה רעדן בלאט א דאנק--Chaim Shel 13:06, 12 אויגוסט 2009 (UTC)
- א דאנק פארן פארעכטן דעם טעות, עס איז טאקע דערפאר אייביג גאר וויכטיג צו שטעלן אן אינטערשפראך לינק כדי אנדערע באנוצער זאלן קענען ווי שנעלער פארעכטן אזאלכע טעותים וואס איר וועט נישט אליין באמערקן א דאנק.--Chaim Shel 14:54, 16 אויגוסט 2009 (UTC)
עבען זיי
רעדאַקטירןביטע רוף דיך אן דיין מיינונג דא רעדן:עבען זיי די אינטערוויקיס שרייבן אלע עבענזי און גוגל זאגט מיר נישט קיין איין רעזולטאט אויף דיין נאמען און אפילו דו שרייבסט עס אנדערשט אין דיין סייט. איז די שאלה צו איז דאס געווען א טעות דיינער, אדער גאר דער ריכטיגער נאמען? א דאנק פארן זיך דורכרעדן--Chaim Shel 13:49, 6 אָקטאָבער 2009 (UTC)
- איך קען זיך נישט פונקטליך אויס מיט דעם רעדן בלאט, אבער צום ענין פון עבענזי-עבען זיי, מיין אויסשפראך איז געבויט עפ"י רוב אויף לעבעדיגע עדות, וויאזוי זיי זאגן דאס ארויס, וכו' וכו', און אזוי איז געבויט מיין גאנצע סייט אויף אינטערוואיוס מיט עלטערע אידן עדות פון דעם גרעסטן חורבן וואס כלל ישראל האט ווען אימער פארמאגט, אבער באמת איז ביי מיר דער עיקר צו פארשפרייטן דעם חורבן און נישט פונקטליך וויאזוי עס ווערט מונדליך ארויסגעזאגט דער נאמען פון א פלאץ, און א גרויסן דאנק פאר די אלע וואס קאמענטירן איבער דעם נושא, ווייל דאס גוט מיר די געלעגענהייט צו וויסן וויאזוי ארויסצובאקומען נאך אינפארמאציע פון די עלטערע אידן כל זמן זיי זענען נאך דא מיט אונז, יישר כח, אבער איך ווייס נישט וויאזוי מען חתמ'ט זיך דא אונטער. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער Wwii study וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
אונטערשרייבן
רעדאַקטירןכדי אונטערשרייבן א ביישטייערונג אויף א רעדן בלאט, דרוקט דעם קנעפל אויבן אין געצייג-פאס. --פוילישער 07:38, 13 אָקטאָבער 2009 (UTC)
טוישן קאטעגאריע
רעדאַקטירןוויאזוי ווערט געטוישט א קאטגעאריע, הן דער נאמען פון דער קאטעגאריע, און הן אז אלע וואס זענען אונטער דעם זאלן אויטאמאטיש מיטגעשלעפט ווערן דערמיט Wwii study 02:08, 18 פעברואר 2010 (UTC)
- איר פרעגט זייער גוט! ס'איז נישט דא קיין פשוטער תירוץ, ווייל מען מוז אין יעדן ארטיקל באזונדער טוישן די קאטעגאריע. די איינציגע עצה איז מאכן דאס מיט א באט. זאגט מיר גענוי וואס איר ווילט טוישן און איך וועל פרובירן עס אדורכפירן. איר קענט שרייבן אייער תשובה דא אויף דעם בלאט. --פוילישער 09:52, 18 פעברואר 2010 (UTC)
ווי איר האט ערווענט אז אידישע געמיינדעס איז נישט קיין פאסיגער אויסדרוק, וואלט איך עס גערן געטוישט צו "אידישע יישובים" און אזוי אויך די אלע וואס זענען שוין פארבונדן זאל איך נישט דארפן עקסטער טוישן, און אויך דעם עצם קאטעגאריע בלאט צו טוישן דעם נאמען דערפון וואס דאס ווייס איך אויך נישט (אויב עס איז בכלל דא א וועג) וויאזוי עס צו טוען, מיט פול דאנק --Wwii study 18:47, 18 פעברואר 2010 (UTC)
אייער ארטיקל מונדליך האט נישט קיין ענציקלאפעדישן אינהאלט, ס'איז נאר אן אפטייטש וואס געהערט אין א ווערטערבוך. דרך אגב, מען לייגט אויס דאס ווארט "מינדלעך" מיט א חיריק, נישט מיט א מלאפום. כל טוב. --פוילישער 20:03, 24 פעברואר 2010 (UTC)
קאַטעגאָריע:אידישע יישובים
רעדאַקטירןכ'מיין אז א יישוב וואס געפינט זיך אין קאַטעגאָריע:פרומע אידישע געגנטן דארף נישט זיין אויך אין קאַטעגאָריע:אידישע יישובים. --פוילישער 12:59, 3 מערץ 2010 (UTC)
אגיטירער
רעדאַקטירןאגיטירער באדייט עפעס אנדערש (העצער). אפשר מיינט איר אגענט? --פוילישער 21:16, 21 אַפריל 2010 (UTC)
- לויט מיין אידיש איז דער "פונקטליכער" אפטייטש דערפון, אונטערשטיצער און אויפבויער, אבער מעגליך איך בין זיך טועה, און אדרבה פארריכט דאס איך האב נישט קיין ארגומענטן דערקעגן און עס וועט ווארשיינליך נאר זיין א בעסערער אויסדרוק דורך אייער טויש Wwii study 21:20, 21 אַפריל 2010 (UTC)
- דער פראבלעם מיט פאבלישער'ס איז נאר, אז א פאבלישער מיינט איינער וואס געט זיך אפ מיט'ן דרוקן, משא"כ דער קאטעגאריע וואס איך האב געזוכט איז אסאך ווייטער פון דעם עס איז מער א אידעלאגישער מהלך פון זוכן אויפצוטוען מיטן העלפן די וועלט אדער יחידים צוקומען צו ידיעות און שטערמונגען און וכו' וכו' און דאס צוזאמען שטעלן און פארעם פון ביכער וכדו' עס וועלט געדארפט זיין א נאמען פון פאבלישינג געמישט מיט פונדאציע, יישר כח Wwii study 21:24, 21 אַפריל 2010 (UTC)
טוישן שרייבער פון ארטיקל
רעדאַקטירןעס מאכט זיך אמאל אז איך פארגעס זיך איינצושרייבן, איך וואלט געוואלט וויסן אויב עס איז דא א וועג אריבער צו פירן דעם ארטיקל פון איי. פי. אדרעס צו דעם נאמען פונעם שרייבער
ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן אויב עס איז מעגליך צו טוישן דעם נאמען פון דעם שרייבער, צ.ב.ש. פון אברהם אויף יעקב Wwii study 06:02, 30 מײַ 2010 (UTC)
- ענדערן דעם נאמען פון א ביישטייערער פון אן IP אדרעס גלייב איך איז נישט מעגלעך. אבער טוישן דעם נאמען פון א באניצער איז יא מעגלעך. --פוילישער 08:19, 30 מײַ 2010 (UTC)
- וואלט איר געוואלט אזוי גוט זיין און טוישן מיין נאמען, אדער מיר מודיע זיין וויאזוי מען מאכט דאס, אויב ווילט איר טוישן דאן טוישט דאס אויף "להאיר" ייש"כ Wwii study 08:20, 30 מײַ 2010 (UTC)
אקטיוויסט
רעדאַקטירןכ'האב באמערקט אז איר האט געלייגט מנשה לוסטיג אינעם קאטעגאריע פון אקטיוויסטן. כ'האב עס אראפגענומען, וויבאלד כ'האב נישט געזען די שייכות וואס ער האט אהין. ביטע ענטפערט מיר, אויב כ'בין גערעכט. ששון 22:18, 24 אַפריל 2011 (UTC)
- לויט מיין פארשטאנד איז איינער וואס טוט אויף פארן ציבור אויף מערערע געביטן, אפגעזעהן פון זיין אייגענער שטאטוס, גייט ער אויך אריין אין דער קאטעגאריע פון אקטיוויסטן, אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט דערמיט Wwii study 18:31, 28 אַפריל 2011 (UTC)
וואספארא פארשידענע געביטן טוהט ער אויף, ער איז געצילט אויף הומאר און קאמעדיע, ער איז נישט קיין ציבור אויפטוהער. ששון 20:15, 28 אַפריל 2011 (UTC)
- איין ביישפיל איז פאר אידן אין די תפיסות, נאך א ביישפיל קירוב רחוקים, נאך א ביישפיל די פארלוירענע (עשרת ה)שבטים, אויב פעלט אויס נאך וועל איך אי"ה אראפברענגען Wwii study 20:34, 28 אַפריל 2011 (UTC)