Murtasa
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
--געווינער 00:04, 9 מארץ 2007 (UTC)
דאנקע שיינער!
רעדאַקטירןדיין ארבייט דא איז אנערקענבאר און מיר דאנקן אייך זייער שטארק. זענט איר א באט צו א מענטש?--געוואלדיג 12:16, 2 אין אפריל 2007 (UTC)
- א מענטש Murtasa 12:44, 2 אין אפריל 2007 (UTC)
- דאן ביטע אויב נישט שווער לייגן די 3 שפראכן, לויטן סדר, ענגליש, עברית, דייטש, וואס אידן קענען אויבן. און אויך אויסמעקן די {{אינטערשפראך}} מוסטערן נאכדעם וואס איר האט שוין געלייגט די אינטערשפראך לינקס. א גרויסן שכוח.--געוואלדיג 12:48, 2 אין אפריל 2007 (UTC)
OK Murtasa 14:43, 2 אין אפריל 2007 (UTC)
אינטערוויקיס פון ארטיקלן צו קאטעגאריעס
רעדאַקטירןאיך וואלט ווארשיינליך נישט געמאכט קיין אינטערוויקיס פון ארטיקלן צו קאטעגאריעס, ווי איר האט געמאכט דא[1] ווייל די באטס וועלן דערנאך דאס פארדרייען שפעטער ווען עס וועט שוין יא זיין א קאטעגאריע פון די טעמע אין די אנדערע וויקיפעדיעס.--ווארהייט 13:03, 15 אין אפריל 2007 (UTC)
- אפדעיט: איך האב איצט געכאפט די פראבלעם דערפון פארוואס דא האט זיך דווקא אויסגעפעילט יא צו מאכן א רידיירעקט צו א קאטעגאריע. אנטשולדיגט.--ווארהייט 13:21, 15 אין אפריל 2007 (UTC)
די וואלן גייען אריבער דא
רעדאַקטירןביטע שטימען די נייע וואלן אין די קומענדיקע וואך
רעדאַקטירןליינט פריער אויס די געזעצן. שטימט דא. ►רוני◄ 21:24, 14 יוני 2007 (UTC)
- ביטע שטימען קעגן רוני ער וויל דא צווינגן די ייוו"א אידיש און אסרן אלע אנטי-ארוינישע און סעקס ארטיקלן. ער קען זיין פון דיין פארטיי אבער ראה הזהרתיך צענזור איז נישט גוט, ווייל מארגן קען מען דאס נוצן קעגן דיר אליין'ס. ביטע זיך איינהאלטן דעם רייץ צו מאכן דא רוני גרויס. ער איז שוין געווען דא א פירער און מען האט אים געבלאקט פון די פאונדאוציע אפיס, הגם ער איז שוין זיכער קליגער זאלט איר אבער וויסן אז ער איז א סכנה פאר פרייהייט פון אינפארמאציע. טוט וואס איר פארשטייט. און א גרויסן שכוח פארן זיך מיטיילן דא. מיר וועלן איבערלעבן אלע שוועריגקייטן אזוי ווי ביז איצט ווייל וויקיפעדיע האט איין ציל און עיקר וואס קיין איין וואנדאל קען נישט חרוב מאכן. מיר האבן ברוך ה' א כוח פון א רבים קעגן די פירער און דאס וועט אייביג אנהאלטן. כל טוב.--יודל 21:42, 14 יוני 2007 (UTC)
טוישען קעפלעך
רעדאַקטירןגיב אכטונג פאר די טוישט נאכאמאל די נאמען פון א ארטיקל, דארפסטו ארויפלייגען וואלען אויף די רעדן בלאט. זעה דא --משגיח 21:57, 26 יולי 2007 (UTC)