Robot Interwiki
Ce robot est uniquement destiné à faire des interwikis.
Dresseur : Vargenau
Date d'autorisation : 12 février 2008
Laissez vos commentaires sur ma page de discussion. Merci.
Interwiki Robot
This robot is only used to make interwiki links.
Owner: Vargenau
Authorization date: 12 February 2008
Please leave your comments (in French or English) on my French talk page. Thank you.

לויט ווי איך פארשטיי ביסטו א ראובאט. וויאזוי ביסטו געווארן אזוי, איך וויל אויך קענען ווערן א ראובאט. וויאזוי ארבייט דאס און וואס איז דאס. דיינע באטייליגונגען צום אידישען וויקיפעדיע איז דאך מער ווערט ווי די עכטע מענטשען באנוצער.--יודל 18:59, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

איך גלויב שווער אז ער רעדט יידיש. ►רוני◄ 19:23, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
דען וויאזוי ווייסט ער וואס צו לינקן ווי, עס קוקט מיר אויס ער קען אלע שפראכן. אוקיי איך וועל פריווען אין ענגליש:

who the f r u? and why, when, how r u active? your contribution to this wikipedia is huge thanks so much--יודל 19:27, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

אלע ארטיקלען וואס ער לייגט-צו ראבאטן זיינען אזעלכע ארטיקלען וואס איך האב געלייגט אינטערוויקיס אין די ענגלישע וויקיפעדיע. בדרך כלל לייג איך אינטערוויקיס אין די ענגלישע וויקי נישט אונטער מיין נאמען, אבער זעה דא ►רוני◄ 19:39, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
אהא, איצט פארשטיי איך אבסיל מער... פון היינט מאל אן איז אפשר כדי ווען מען באשפאט אן ארטיקל, אנשטאט צו לייגן פון דא צו זיי, זאל מען בעיקר איבערלאזן פון דארטן, (די אנדערע וויקי-שפראכן) א לינק אהער? פארוואס זאל מען ארבייטן דאפעלט. אז דער ראבאט איז א זיכערע זאך איז דאך דאס א מציאה רבה.--יודל 19:43, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
וועגן דעם לייג איך בעיקר נאר דארט אינטערוויקיס, אויך כדי צו מפרסם זיין אונדזער וויקיפעדי כדי צו דא בריינגען פראפעסיאנעלער באנוצערס. ►רוני◄ 19:46, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
א דאנק דיר פון טיפן הארץ! איך האב נישט געהאלטן דערפון ווייל די כוחות וואס איך האב, האב איך קודם געוואלט מקדיש זיין אויף בויען פון אינעווייניג, אבער איך גיי דיך נאכטאן, זעהנדיג די הצלחה פון דעם מהלך.--יודל 19:48, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
דורכטזיך מיר איך האב דיר שוין אמאל געזאגט אז ס'וויכטיג דארט לייגן אינטערוויקיס. ►רוני◄ 19:51, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

אזוי טראכעטנדיג איבער דעם ראבאט... כאפט מיר א גרויזאמער פחד, פארוואס זאל איך מיך מוטשען צו שרייבן און טראנסלירן פון ענגליש ארטיקלן קיין אידיש, איין טאג וועט נאך דער ראבאט, אלעס איבערשרייבן מיט געפראמירטע טראנלעישאן צו אידיש פון אלע וויקי שפראכן אלע ארטיקלן...--יודל 19:45, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

נאר וואס דען

רעדאַקטירן

איך גיי מיך בעיקר קאנצעטרירן צו באשרייבן ארטיקלן וואס זענען א חידוש במינו אין די אנדערע שפראכן וויקיפעדיעס האבן נישט דערפון קיין ארטיקל. זאל עס דער ראבאט אהין טראגן...--יודל 19:46, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

איך פארשטיי דיך נישט, דער ראבאט קען דאך נישט איבערזעצן גאנצענע ארטיקלען~? ►רוני◄ 19:48, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
אז טאמער ערצייגסטו צו פראגראמירן א גאנצער ווערטער בוך (דיקשאנערי) אין א ראבאט און דו שיקסט אים צו די ארבייט. פארוואס נישט.?--יודל 19:49, 15 באוגוסט 2006 (UTC)
עס איז שוין דא אזעלכע פראגראמען (ווי באבילאן) אבער עס פארטייטשט נישט ווי עס דארף צו זיין, און מען קען פון דעם גארנישט פארשטיין, ווייל אין יעדע שפראך שרייבט מען די ווערטער אין אן אנדער סדר. ►רוני◄ 19:53, 15 באוגוסט 2006 (UTC)