כ'פארשטיי אלעס וואס דו זאגסט חוץ פון דעם פארוואס מען זאל אראפנעמען דאס אז ער האט אראפגעווארפן אהרן'ס שטריימעל. --שמאלץ 03:42, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'פארשטיי נישט גארנישט מען טאר גארנישט מעקן איבער אים ער איז א פובליק פיגור און זיין ביוגראפיע מוז באשריבן ווערן.--אמסטערדאמער 10:50, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

שמאלץ, ביזט גערעכט, דאס קענסטו אפשר צוריקלייגן. אמסטערדאמער, ער איז נישט א פובליק פיגור, ער האט נישט קיין שום פאסטן.

ראנג! אויב איינער איז א שוויצער און פירט אן מיט פאליטיק איז ער א מיצר על הציבור און אזוי ווי דער איד דערמאנט זיין נאמען לטובה און דער בלאט לרעה, מוזן מיר אלס אומפארטייאישער דאקומענטירער פון פובליק מענטשען שרייבן ביידע צדדים אפילו סשמעקט נישט פאר איין צד, דאס איז אמת מיט , קיינער האט נישט וואס צו מעקן זייער היסטאריע פון אלס קינד ביז זיי גייען צוריק אין זייער פריוואט לעבן און לאזן מנוחה דעם ציבור, איז א שלעגער א עסקן וואס לאזט זיך ארעסטירן ארויסצוווארפן ארונים פון ראדני ער איז א פובליק מענטש מער פון סיי יעדער איינער אין די פאליטיק, סא דריי נישט קיין קאפ אז ער האט נישט קיין אמט. רוף אן זיין אמט הויפט עסקן לבית סאטמאר ווי דער איד אדער רשע און שוטה ווי דער בלאט אבער פארקויפ מיר נישט קיין לאקשען אז ער איז א פריווטער מענטש ווייל עס איז שקר.--אמסטערדאמער 21:22, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
ברואיגט זיך אידען, הגם כ'ווייס נישט צו איך וויל אריינגיין אין די חילוק צווישען , האלט איך אבער אז רעדן וועגן איינעםס פריוואטע מרה שחורה איז אביסעל איבערגעטריבן ווען די מדריגה פון פובליק איז אזוי קליין ווי ער. נאך דערצו ווען די ווארט מרה שחורה לאזט זיך זאגן אויף כמעט יעדע פרומע 16 יעריגע בחור וואס זיצט אין ישיבה און לערנט נישט 29 שעה א טאג. --שמאלץ 21:30, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
"ערעב איד, ווי קומט אריין אהער ? איך האב געשריבן אז ער איז פונקט אזוי פובליק ווי יעדער שלעגער אין סאטמאר פאליטיק, און ער דארף דא ווערן אויסגעטאן נאקעט ברחל בתך הקטנה פונקט ווי אלע אנדערע פובליק פיגורן, ער איז פובליק און פארטיק, און אויב איז ער געווען מרה שחורה ביז ער האט אנגעהויבן צו נאכשרייען ארונים, און דאס האט אים אויפגעלעבט טאר דאס קיינער נישט מעקן." --אמסטערדאמער 21:56, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

אנשולדיגט איך האב נאר געמעקט פאר עקל פון באניצען נעמען פון אידן צו באשמיצן, מחמת טבע הפקרות, וואס דאס קען פירען צום תהום, היינט שרייבט ער נעימען, מארגען טוט ער ווייטער, היום אומר לו עשה כך, ומחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה, יא ! און יא ! אזוי און אזוי איז דייטשלאנד געגאנגען קאפוט דאס גאנצע אידישקייט, און משך פון 25 יאהר זענען אפאר הונדערט טויזנט ערליכע אידן געווארען מחללי שבתות אויב איר ווילט גיין אין זייער וועג, ביטע שרייבט אויף ענגליש, און קליידט זיך ווי גוים, אזוי ווי חז"ל זאגן, ילבש שחורים ויתכסה שחורים וילך למקום שאין מכירים אותו, ויעשה מה שלבו חפץ די ווילן ליינען אידיש, זענען נישט אינטערסירט אוןף פארפאטשעטע געשרייבעכץ

דאָס איז א רעדן בלאַט פון א אַן אַנאנימען באַניצער וואָס האט נאך נישט געשאַפֿן קיין קאנטע, אדער באניצט זיך נישט דערמיט. דערוועגן, מוזן מיר זיך באניצן מיט זיין IP אדרעס כדי אים צו אידענטיפיצירן. עס קען זיין אז עטלעכע אנדערע ניצן אויך דעם IP אדרעס. אויב זענט איר אן אנאנימער באַניצער וואס שפירט אז איר האט באקומען מעלדונגען וואס זענען נישט שייך צו אייך, ביטע שאַפֿט א קאנטע אדער טוט זיך אריינלאגירן כדי צו פארמיידן דאס אין די עתיד זיך פארמישן מיט אנדערע אַנאנימע באַניצערס.