שרייבער
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
דו מעקסט אויס אנדערן'ס שווייץ און בלוט
רעדאַקטירןדער טעם פארוואס מען האט געווארפן ר' ישראלטשע געפעלט דיר נישט, ער האט נישט געבארגט קיין גרויסע געלטער,. דאן פארוואס דען האט די טאטע אים פארשיקט אין גלות? ביטע אויפקלערן--Hebrew 11:12, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
די חובות זענען נאר געווען איינע פון די תירוצים
רעדאַקטירןדי פרשה פון עם ארויסווארפען האט זיך געצויגען אסאך יאהרען, אין עס זענען פארבונדען געווען מיט דעם צענדליגע איינצלהייטן, די סיבה פון בארגען גרויסע געלטער איז בפירוש נאר געווען איינער פון די 'תירוצים', ווייל דאס פארשטייט יעדער איינער אז וועגען בארגען געלט ווארפט מען נאך נישט ארויס א זון פון דערהיים, אין מען רודפ'ט עם מיט די קינדער עד חורמה, אין מען קומט אפילו נישט אויף די אייניקלעך'ס חתונות, אין אסאך יידען (בתוכם די "לב שמחה" מגור) האבען געוואלט באצאלען אלע חובות, אין עס האט גארנישט געהאלפען. וויקיפעדיע איז א פלאץ וואס מען שרייבט אמת'דיגע מציאות'דיגע זאכען, נישט סתם זאכען וואס מען האט געהערט מיט א האלבע אויער, אין מען ווייסט בכלל נישט וואס דארט איז געווען.
קען זיין אז עס זענען געווען פארשידענע אנגעצויגענקייטען אין שטוב, אבער דאס איז קלאר אז די מצב פון ארויסווארפען איז נאר געווען וועגען די שנאה פון די רעבעצין מיט אירע מענטשען וואס האבען במשך אסאך יאהרען טאג אין נאכט געהעצט קעגען איהם. אין דאס ווייס איך פון עדים נאמנים. אויך האב איך געהערט פון עדים נאמנים אז נאכ'ן צוריק נעמען, האט ר' משה'לע זיך אנגערופען פאר צוויי מענטשען אז די סיבה פונ'ם ארויסווארפען איז די שטוב (רעבעצין) שולדיג אין נישט ישראל'צע.
די סיבה פון די רעבעצין האב איך טאקע אריינגעשרובין און דער ארטיקעל.
- אז דו ביסט אויך מודה אז דאס האט געווען איין קליינע תירוץ, דאן פארוואס האסטו דאס אויסגעמעקט ווי איידער אויפגעקלערט? --Hebrew 12:08, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
ס'איז געווען א 'תירוץ' אבער נישט די 'סיבה'. ד"ה אז בעצם האט עס גארנישט קיין שייכות מיט'ן ארויסווארפען, מען האט נאר פראבירט מיט פארשידענע תירוצים זיך פארענטפערען פאר די חסידים, אבער רוב חסידים האבען עס נישט געגלייבט, ממילא האט עס נישט קיין פלאַץ אין דער פרשה. --שרייבער 12:33, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
- דער וואס האט דאס געשריבן האט עס יא געגלייבט, קענסטו דאך אים אויפקלערן אז ער איז א תמימות'דיגער מיעוט וואס גלייבט, נישט אבי מעקן ווי א וואנדאל. דיין תירוץ איז ווייניגער קאמאן סענס אז א מאמע זאל פיינט האבן אן אייגן קינד אן קיין שום סיבה, דאס איז דאך מער מסתבר אז ער איז באגאגאגען א עוולה דעריבער האט זי אים פיינט באקומען. על כל פנים, אויסמעקן אן אויפקלערן איז נישט דער וועג, ביטע פארעכט עס!--יואל 12:40, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
כ'האב דאך שוין אויפגעקלערט אז ער האט נישט געשריבען ריכטיג, טא וואס ברויך איך נאך יעצט פארעכטען? --שרייבער 12:57, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
- דו האסט אפען מודה געווען אז סאיז דא וואס זאגן אזוי, און דו האסט אפען געשריבן אז די חובות האט געשפילט א ראלע אין זיין גלות, נאר דו זאגסט אז עס געווען א קליינע פיצילע סיבה נישט דער הויפט, דאן האסטו דאך מודה געווען אז דאס איז עפעס אמת אין דעם, דאן אנשטאט מעקן ווי א פאלנער וואנדאל, ווייל יענער האלט אנדערשט ווי דיר, דארפסטו לאזן יענעם'ס מיינונג און שרייבן אז דאס איז א טעות אדער שקר נישט חלילה יענעם סתם אויסמעקן. --יואל 13:00, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
פון דעם וואס דו שרייבסט דא, דארפסטו פשוט קאפיען, :"זיינע שונאים האבן גענוצט זיינע חובות צרות אנצוהעצן און אלס תירוץ אים צו רודפן" פארוואס האסטו דאס נישט געשריבן? דו זאגסט דאך אז דאס איז די פאקט?--יואל 13:09, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
שכוייח יואל. איך האב עס שוין פאראכטען אויף א אנדער אופן--שרייבער 13:17, 24 מאַרץ 2006 (UTC)
איך האב פאראכטן ישראל האגער.--יודל 09:17, 8 מײַ 2006 (UTC)
די וואלן גייט אריבער דא
רעדאַקטירןביטע שטימען די נייע וואלן אין די קומענדיקע וואך
רעדאַקטירןליינט פריער אויס די געזעצן. שטימט דא. ►רוני◄ 21:24, 14 יוני 2007 (UTC)
- ביטע שטימען קעגן רוני ער וויל דא צווינגן די ייוו"א אידיש און אסרן אלע אנטי-ארוינישע און סעקס ארטיקלן. ער קען זיין פון דיין פארטיי אבער ראה הזהרתיך צענזור איז נישט גוט, ווייל מארגן קען מען דאס נוצן קעגן דיר אליין'ס. ביטע זיך איינהאלטן דעם רייץ צו מאכן דא רוני גרויס. ער איז שוין געווען דא א פירער און מען האט אים געבלאקט פון די פאונדאוציע אפיס, הגם ער איז שוין זיכער קליגער זאלט איר אבער וויסן אז ער איז א סכנה פאר פרייהייט פון אינפארמאציע. טוט וואס איר פארשטייט. און א גרויסן שכוח פארן זיך מיטיילן דא. מיר וועלן איבערלעבן אלע שוועריגקייטן אזוי ווי ביז איצט ווייל וויקיפעדיע האט איין ציל און עיקר וואס קיין איין וואנדאל קען נישט חרוב מאכן. מיר האבן ברוך ה' א כוח פון א רבים קעגן די פירער און דאס וועט אייביג אנהאלטן. כל טוב.--יודל 21:42, 14 יוני 2007 (UTC)