שור שנגח
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
--[[באַני--אלזוז 13:44, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)צער:אלזוז|אלזוז]] 13:33, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)
גילו דעת
רעדאַקטירןאיך בין נישט דער זעלביגער פון הייד פארק. און איך וויל נישט קיינעם שטעכן חלילה וחס, איך האב נאר אויסגעוועלט די נאמען ווייל איך קוק ארויף די סטייל פון הייד פארק'ס שור שנגח, ווי ער שרייבט נישט קיין איין איבעריג ווארט נאר אלעס איז שפיציג שפיזיג און קורץ און שארף צום פונקט. איך פארדאם בכל לשון של גנאי זיינע שטעפערייען דארטן קעגן ר' זלמן לייב טייטלבוים.--שור שנגח 13:26, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- איך האב נישט געהאט קיין הוה אמינא אז דו ביסט יא, ווייל דער מציאות האט געוויזן אז רוב הייד פארק ניקס וואס האבן זיך איינגעשריבן דא ביז יעצט זענען אלע איין ניק, אזויווי איך האב שוין מאריך געווען אין געמיינדע. אבער נישט קיין חילוק צו דו ביסט עס יא צו נישט ביסטו וועלקאם צום וויקעפעדיע, און פארשטייט זיך נאר צו פארשענערן און פארבעסערן. אויב ווייסטו נישט עפעס בין איך גערן גרייט דיר צו העלפן.--אלזוז 13:37, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- דאס אז רוני לאזט דיך מעקן די געמיינדע בלאט און דערנאך באשטעטיגן וואס יעדער ווייסט איז נאר צייטווייליג, ווייל מיר זענען נאך דערווייל גאר א קליינער וויקיפעדיע צו פארסירן שטרענג די געזעצן דערווייל מאך א לעבן און מעק מעק מעק ווילאנג די פינגער ווערן דיר נישט פארשימעלט ווי דיין קאפ.--שור שנגח 13:40, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- איך האב נישט געהאט קיין הוה אמינא אז דו ביסט יא, ווייל דער מציאות האט געוויזן אז רוב הייד פארק ניקס וואס האבן זיך איינגעשריבן דא ביז יעצט זענען אלע איין ניק, אזויווי איך האב שוין מאריך געווען אין געמיינדע. אבער נישט קיין חילוק צו דו ביסט עס יא צו נישט ביסטו וועלקאם צום וויקעפעדיע, און פארשטייט זיך נאר צו פארשענערן און פארבעסערן. אויב ווייסטו נישט עפעס בין איך גערן גרייט דיר צו העלפן.--אלזוז 13:37, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- דו זאגסט דאס דרך אגב צו אין המשך צו מיין פריערדיגע זאץ?--אלזוז 13:44, 27 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אלזוז זיי נישט אזוי זיס, אז ער טרייט צו פארדרייען די שמועס לאז אים.--שור שגנח 15:42, 7 פעברואר 2007 (UTC)
ווארענונג, נישט מעקן
רעדאַקטירןדא האסטו געמעקט אן קיין שום סיבה, מען דארף דן זיין וואס דיין שטראף זאל זיין. לאז עס פאר מיר.--שור שגנח 15:41, 7 פעברואר 2007 (UTC)
- טשעפע נישט אלזוז, ער איז א תינוק שנשבה.--שור שגנח 23:17, 7 פעברואר 2007 (UTC)