ר' פנחס, איז דען גענוג צו לייגן ביי אונדזער וויקיפעדיע אינטערוויקיס כדי זאלן די ראבאטן זיי אריבערפירן צו די ענגלישע וויקיפעדיע? דו לייגסט אינטערוויקיס ביי די ענגלישע וויקיפעדיע? ווייל לעצטנס זעה איך ביי די ענגלישע וויפעדיע אינטערוויקיס וואס איך האב זיי נישט געלייגט. איך האב געמיינט אז דו האסט דארט געלייגט אינטערוויקיס. אויב האסטו דארט נישט געליינט אינטערוויקיס, דארף מען זאגן אז די ראבאטן נעמען זיי אויטאמאטיש פון אונדז. און וועגן דעם ארף מען זיך נישט מטריח זיין צו לייגן דארט אינטערוויקיס, נאר גענוג אויב מיר וועלן זיי ביי אונדז לייגן. ►רוני◄ 20:40, 23 אקטאבער 2006 (UTC)

נאך א זאך, איז דען דא ראבאטס וואס פארבינדן די העברעישע וויקיפעדיע צו אונדז? אדער נאר די ענגלישע וויקיפעדיע? ►רוני◄ 20:45, 23 אקטאבער 2006 (UTC)
קוק אין די לעצטע ענדערונגען פון די לעצטע פאר טאג וועסטו זעהן אז די ראבאט האט גענומען ארטיקלן וואס זענען נאר געווען לינקס פון דא צום ענגלישן, און זיי האבן דאס שוין פארבינדען צו נאך אנדערע שפראכן און פון ענגלישן אהער. איז אנשטאט בעטן יידיש וויקפעדיע באנוצער צו גיין ארבייטן אין אנדערע וויקיפעדיע שפראכן, מאכט מער סענס צו קודם דא ארויפארבייטן--71.249.40.18 21:13, 23 אקטאבער 2006 (UTC)
לגבי אנדערע וויקיפעדיעס קען נישט אייביג די ראבאטס לייגן דארטן לינקס ווייל למשל די היברו וויקיפעדיע איז זייער שטרענג און זיי לאזן נישט ראבאטס געהעריג ארבייטן, אבער די ענגלישע און אנדערע שפראכן לייגן יא די ראבאטס לינקס צום אידישען, און אלענפאלס האט נישט קיין פשט צו בעטן פון עולם צו גיין אין אנדערע וויקיפעדיעס לייגן צו דא לינקס ווייל מיר דארפן קודם האבן לינקס פון דא צו דארטן.--פנחס מיילעך 21:18, 23 אקטאבער 2006 (UTC)

זעהט אויס אז דאס איז א נייע אויפטו, ווייל ביז יעצט האבן די ראבאטס געארבייט נאר אויף אינטערוויקיס וואס איך האב דארט אהער געשטעלט. לויט מיין פריעריגע מיינונג האט יא פשט צו בעטן לייגן דארט אינטערוויקיס, ווייל דורך דעם וועלן זיי ביים ענדע ווערן אויך דא אריינגעשטעלט, אבער יעצט אז זיי ארבייטן אהין און צוריק איז יעדע ווארט איבעריק. ►רוני◄ 21:31, 23 אקטאבער 2006 (UTC)