באַניצער רעדן:פוילישער/נאוועמבער ארכיוו 2014

העלא. איך טאָן ניט וויסן ייִדיש, אַזוי איך וועט לאָזן עס צו איר. דאָ ס דער אָריגינעל: en:The King of Fighters. לאג רעיל (רעדן) 10:32, 4 נאוועמבער 2014 (UTC)

VisualEditor News #9—2014

רעדאַקטירן

23:28, 14 נאוועמבער 2014 (UTC)

ווי געשריבען דורך אנדערע אין די "רעדן" זייטל, איז ער זייער באקאנט, און עס איז דא א גרויס אינטערעסע אין אים, פארוואס לייגסטו צוריק די הודעה אויסצומעקן אהן אפילו זאגן פארוואס? עס זעהט אויס ווי דו האסט עפעס פערזענליך קעגן אים, און דאס איז אקעגן וויקיפעדיע'ס רעכטן. 128.59.50.12 00:00, 19 נאוועמבער 2014 (UTC)

פארקערט. ווען מ'שטעלט א מודעה אויסצומעקן אן ארטיקל, ווארט מען ביז מ'האט געענדיקט דעם שמועס איידער מ'קומט צו א החלטה וואס צו טון. האטס א ביסל געדולד. --פוילישער 08:14, 19 נאוועמבער 2014 (UTC)

פילא'ז'אף - מאטרא'ז', וכדומה

רעדאַקטירן

אזוי שרייבט מען ביי אונז. ממילא וויל איך אייך נאכאמל בעהטן: איהר זאלט נישט טוישן מיין אויסלייג ווייל עפ"י רוב איז עס געשריבן בכוונה. אויב האט איהר עפעס א ריכטיגע טענה אז איך ספעל נישט ריכטיג, ביטע שרייבט מיר עס אין מיין רעדן בלאט. און אויב וועל איך איינזעהן אז איהר זענט גערעכט, וועל איך תיכף טוישן. אבער איהר האט נישט קיין רעכט צו טוישן סתם ווייל איהר זענט געוואוינט צו שרייבן אנדערש. א דאנק. נייגעריגער (רעדן) 01:24, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)

נו, זאל אזוי זיין. אבער נישט יעדער אויסגעטראכטער אויסלייג וואס מען שרייבט אין די בלאגס דורך מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט ווי צו שרייבן יידיש דארף מען נאכגעבן. --פוילישער 08:54, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
ריכטיג. דערפאר זאג איך אז ס'איז נישט קיין אויסגעטראכטע אויסלייג. איך בין אויפגעוואקסן מיט די שפראך און כ'בין א לאנגע צייט געווען א שרייבער, ממילא קען איך די שפראך גאנץ גוט; און איך זאג אייך אז אויף יודיש שרייבט מען עפ"י רוב אן S א 'ז'. גיבט א קוק אין די אלטע ביכער.
און אדרבה איהר קענט מיר טשעלענדזשן, און ווי געשריבן: אויב זעה איך איין אז איהר זענט גערעכט וועל איך טוישן; אבער מעקן סתם אזוי איז נישט שיין. (איך טוה אויך שטיל שווייגן ווען איהר פאבריצירט נייע ווערטער, כאטש עס געפעלט מיר נישט...). נייגעריגער (רעדן) 09:06, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
כ'בין מסכים אז אמאל פלעג מען שרייבן טייל ווערטער פון לאטייניש s א 'ז' (כאטש היינט שרייבט מען ווייניג ווערטער אזוי).
וועגן מיינע "נייע ווערטער" אדרבה לאמיר טאקע אדורכשמועסן. כדי צו שרייבן אן ענציקלאפעדיע דארף מען נייע ווערטער וואס האט נישט געניצט ביז היינט, און איך וועל זיך פרייען צו האבן מיט וועמען אדורכצושמועסן. --פוילישער 09:16, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
חזרה לדף המשתמש של "פוילישער/נאוועמבער ארכיוו 2014".