איך האב זיך א נאמען געגעבן נייגעריגער, ווייל דאס בין איך. א נייגעריגער וועלכער גלייכט צו וויסן אסאך. אבער היות אויף מיין מוטער שפראך וואס איז אידיש, האב איך נישט כמעט וואו צו ליינען און זעהן זאכן וואס כ'וויל וויסן בין איך אהערגעקומען דא שרייבן.

דערפאר איז מיר א כבוד צו זיין איינע פון די אידישע וויקיפעדיע באנוצער און איך האף אז מיין אנוועזנהייט וועט צוגעבן צום אויפבויען פון וויקיפעדיע.

איך האב נישט צופיל איבריג צייט, אבער ווען יא וועל איך בל"נ דא אריינקומען קוקן וואס טוט זיך.

איך בין יעצט דא בלויז צו פארטיידיגן מיינע ארטיקלען פון די וואנדאליזם פונעם מנהל פוילישער.

אויב וועט ער אנהאלטן דערמיט, וועל איך געצווינגען זיין צו ענדערן אויך זיין ארבעט. וואס כאטש איך וויל דאס נישט טוהן, אבער ווייל ער רעכנט זיך נישט מיט מיין מיינונג ברויך איך זיך נישט רעכענען מיט זיין.

און ווען ער וועט אויפהערן מיט זיין דיקטאטורשאפט וועלן מיר קענען ווייטער שאפן נייע ארטיקלען.

יודיש איז א שפראך וואס האט נישט בלויז איין אויסלייג, און דאס האט קיינמאל נישט געשטעהרט די יודן פון די פארשידענע לענדער דורכאויס אייראפע זיך צו פארשטיין. ווער עס אייסערט זיך אז "מ'מוז נאר אזוי ספּעלן", אדער "דאס און דאס איז נישט קיין יודיש ווארט"; הייבט נישט אהן צו קענען אונדזער לעהבעדיגע שפראך.

מיין אויסלייג איז באזירט אויפן פויליש\רוסישן יודיש וואס שלום עליכם און אנדערע גרויסע שרייבער האבן גענוצט. און ווי לאנג מ'פארשטייט דעם מיין פון די ווערטער, זעה איך נישט פארוואס עס ברויך איינעם אנגיין.

אז יידיש האט מער ווי איין אויסלייג, איז נאך נישט וועגן דעם דארפסטו מחדש זיין א נייעם אויסלייג וואס עקזיסטירט נישט ביז היינט.
צווייטנס וואו זעסטו אין שלום עליכם די זאכן וואס דו שרייבסט?
דריטנס, מען שרייבט נישט קיין שום שפראך היינט אזוי ווי שרייבער פון הונדערט יאר צוריק.
ספעלן איז נישט יידיש; און שלום עליכם איז שוין לאנג טויט.
א גוטן שבת --פוילישער 13:22, 16 יאַנואַר 2015 (UTC)
איך האב רעכט צו האלטן אנדערש ווי אייך? נייגעריגער (רעדן) 01:07, 17 יאַנואַר 2015 (UTC)
איר האט רעכט צו האלטן וואס איר ווילט. אבער מען שרײַבט נישט אויף וויקיפעדיע אומסגעטראכטע אויסלייגן, אפילו ווען דו האלסט אז זיי זענען בעסער.--פוילישער 23:24, 17 יאַנואַר 2015 (UTC)

ווי כ'האב שוין מיליאן מאל געשריבן איז עס נישט אליין אויסגעטראכט און איהר האט נישט קיין רעכט עס צו מעקן. איך וויל זייער שטארק רעספעקטיהרן אייער אויסלייג, אויב נאר ווען איהר וועט לאזן מיין. אויב גייט איהר ווייטער אזוי אהן, זענט איהר נישט מער ווי א וואנדאל וואס ברויך ווערן אויסגעשפארט. נייגעריגער (רעדן) 06:10, 13 פעברואר 2015 (UTC)

אויב די קענסט ביטע שרייב אויך אונטער [[1]] אויף דזימי וועילס באנוזער בלאט, און אויך דא
נישט אויסגעטראכט? ווער שרייבט יידיש אזוי? --פוילישער 00:52, 15 פעברואר 2015 (UTC)