באַניצער רעדן:פוילישער/אקטאבער ארכיוו 2014

Ready for translation: VisualEditor News #8 (2014)

רעדאַקטירן
 

Hi, I'd like to inform you that the upcoming VisualEditor newsletter for September and October will be fully translatable for the first time. Here's the direct link for your convenience, if you can help with this task. Please find other details in this message at the Translators list. Thanks for your attention, Elitre (WMF) 22:26, 8 אָקטאָבער 2014 (UTC)ענטפֿער

VisualEditor News #8—2014

רעדאַקטירן

09:46, 13 אָקטאָבער 2014 (UTC)


איבער אייער מעקן דעם ה"א

רעדאַקטירן

לויט ווי איך זעה איז דא א אפמאך אין וויקיפעדיע נישט צו מעקן אן אנדער'ן אויסלייג. ממילא וויל איך פארשטיין פארוואס איהר מעקט דעם ה"א וואס איך שרייב.

דאס איז א אויסגעהאלטענע אויסלייג וואס שלום עליכם האט נאך געשריבן, און אז אסאך שרייבן נישט היינט אזוי מיינט נישט אז מיר מעגן נישט אזוי שרייבן.

דאס זעלבע איז מיט יוד יודיש, וואס איז געווען דער פוילישער אויסלייג אינדערהיים.

איך בעהט אייך פארטרייבט מיר נישט פון דא. איך וויל צוגעבן און שרייבן, אבער אז איך קען נישטווי אזוי איך פארשטיי און כ'בין געוואוינט נעמט עס אוועק דעם אפעטיט. איך מיין אז מיין אויסלייג שטערט קיינעם נישט פון פארשטיין דעם טעקסט. א דאנק. נייגעריגער (רעדן) 03:33, 30 אָקטאָבער 2014 (UTC)ענטפֿער

חלילה וויל איך אייך נישט פארטרייבן. מיר זענען דאנקבאר פאר אייערע אלע ביישטייערונגען דא אין דער יידיש־שפראכיגער וויקיפעדיע.
לויט וואס איך געדענק איז געווארן אנגענומען דא נישט צו שרייבן די דייטשמערישן "ה". וואס שלום עליכם האט יא אזוי געשריבן-אוודאי, דאס איז געווען פאר דער תקנה אוועקצומאכן מיטן "ה".
אויך איך האב זיך אויסגעלערנט צו שרייבן אנדערש דא. אבער אויב עס שטערט אייך אזוי שטארק וועל איך פרובירן צו געדענקען (אבער וועגן אנדערע קען איך גארנישט וויסן).
כל טוב --פוילישער 17:39, 30 אָקטאָבער 2014 (UTC)ענטפֿער
למען האמת בין איך אויך נישט קיין גרויסע חסיד פון שרייבן דייטשמעריש, אבער איך שטיץ יא צו שרייבן ווי מער ווי אזוי מען רעדט. און איך בין קעגן ארויסגיין פון וועג כדי נישט צו שרייבן דייטשמעריש. (וואס אויב קענט איהר אביסל היסטאריע פון יודיש אין אמעריקע, ווייסט איהר אז די דאזיגע מערכה, פון די שעכטער'ס וכו', האבן געהאט א גרויסע טייל אינעם אונטערגאנג פון יודיש).
עכ"פ לגבי די ה"א, האב איך איינגעזעהן אז אפט איז עס נויטיג.
צב"ש צו מאכן א אונטערשיד צווישן א בעט אין וואס מען שלאפט און ווען איינער בעהט עפעס פון איינעם. אזוי אויך די זון אין הימל און דעם טאטנ'ס א זוהן. וואס אזוי זאגט מען עס אינעם אונגארישן און אינעם פוילישן יודיש - וואס רוב לעבעדיגע יודיש רעדנער היינט צו טאג נוצן.
יעדנפאלד, א דאנק פארן האבן פארשטענדעניש. נייגעריגער (רעדן) 20:20, 30 אָקטאָבער 2014 (UTC)ענטפֿער
חזרה לדף המשתמש של "פוילישער/אקטאבער ארכיוו 2014".