ארכיוו 1

איך האלט אינמיטן

רעדאַקטירן

איך האלט אינמיטען אויסשטעלן די נייעס קאטעגאריע, און יעדער איז מכובד צוצולייגען א האנט--נ"ר א נישט עכטע נאמען 09:09, 5 ינוואר 2007 (UTC)

אין אויך די פרעזידענטן פון אמעריקע, וויל איך פארבעסערן, ווער ס'וויל קען מיר אויסכאפען און פארבעסערן--נ"ר א נישט עכטע נאמען 13:32, 5 ינוואר 2007 (UTC)

ביטע ווענדט זיך צו דעני אויף ענגליש וועגן יודלס אקטן, און צייג אים אן ווו. (איך האב נישט זיין אימעיל) ►רוני◄ 01:55, 11 ינוואר 2007 (UTC)

אקעי יישר כוח--נ"ר א נישט עכטע נאמען 01:56, 11 ינוואר 2007 (UTC)

שרייב דיך דארט איין און חתמ'ע אונטער דיין נאמען. ►רוני◄ 02:06, 11 ינוואר 2007 (UTC)


איך האב שוין אן אקאינט דארט יישר כוח--נ"ר א נישט עכטע נאמען 02:24, 11 ינוואר 2007 (UTC)




פון דא איז א קאפי פון באניצער:וואסה דיף מיט מיר

שמאלץ באשולדיגט וואסה דיף אין זיין א וואנדאל פארן נישט פארעכטן שמאלץס פאליסי ברעכונגען

רעדאַקטירן

אנטשולדיגט אבער באוועגען קאטאמאן צו קטמון דא [1] אהן טוישען אין מוסטער ירושלים גרעניצט זיך ביי מיר מיט וואנדאליזעם אדער סתם געפאטשקעט--נ"ר א נישט עכטע נאמען 13:51, 11 ינוואר 2007 (UTC)

וואנדאליזם האט איין מיינונג נישט ווא דו האלטסט. לגופו של ענין איז א כלל אין וויקיפעדיע אז אלע ארטיקלן קומט לויט די נאמען וויאזוי מען שרייבט דאס נישט ווי מען רופט דאס, און די אלע אנדערע קעפלעך ווערן א רידיירעקט. א דאנק--וואסה דיף 13:54, 11 ינוואר 2007 (UTC)


אבער די ענטפערסט נישט טאמער האטסטו אנדערש דארפסטו אויך זעין נישט פארקריפלען סתם, טויש אין מוסטער סתם צו פאטשקענעו איז נישט נעמבאר--נ"ר א נישט עכטע נאמען 13:58, 11 ינוואר 2007 (UTC)

בלויז איינער פארקריפעלט און דאס איז דער וואס טוט קעגן פאליסי.--וואסה דיף 14:00, 11 ינוואר 2007 (UTC)
אבער די ענטפערסט נישט! טאמער האלטסטו אנדערש דארפסטו זעין נישט פארקריפלען סתם, טויש אין מוסטער סתם צו פאטשקענעו איז נישט נעמבאר, מיין טענה איז נישט אויפ'ן באוועגען עס איז אויפ'ן נישט טוישען אין מוסטער

--נ"ר א נישט עכטע נאמען 13:58, 11 ינוואר 2007 (UTC)

אה איך פארשטיי איך בין א וואנדאל ווייל איך גיי נישט נאך אגאנצען טאג פארעכטן דיינע פאליסי ברעכונגען. אה שוין איך זעה שוין איך האב דא צוטאן מיט שמאלץ. בלייב מיר געזונט.--וואסה דיף 14:07, 11 ינוואר 2007 (UTC)

בקיצור ס'איז מסודר איך האב גארנישט געמיינט נאר אז זאלסט דיך רעכענען מיט יענעם, אין איך מיין אז ס'איז פארשטענדליך--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:05, 11 ינוואר 2007 (UTC)

אבסאלוט נישט איך רעכן זיך נישט מיט אייך ווילאנג איר וועט אויפהערן דא פארדרייען א קאפ. איך האף ווי שנעלער.--וואסה דיף 14:08, 11 ינוואר 2007 (UTC)

די ביזט לאנג נישט דא געווען קיינער דרייט נישט קעפ פון קיינעם, אוואדי מאכט זיך פראבלעמן אלגעמיין איין באניצער מיטן צוויטען אבער איך ווייס נישט עפעס עקסטער לעצטענ'ס--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:18, 11 ינוואר 2007 (UTC)

דער שמאלץ עווידענטלי ליינט נישט ווא ער שרייבט ער באשולדיגט מיך און שרייבט אז איך בין א וואנדאל פארן פאריכטען זיין פאליסי ברעכונג און נישט נאכגיין נאך זיין צואה אים צו פארעטכן... טיפיקל שמאלץ!--וואסה דיף 14:20, 11 ינוואר 2007 (UTC)

איך זעה אז קיינער האט דיר נישט באשולדיגט און וואנדאליזעם, און די מיט שמאלץ האבען זיך נאך דערווייל נישט צוזאמגעטראפען,

שמאלץ זאגט אז ער שרייט נאר וואנדאל ווען ער שלאפט נישט

רעדאַקטירן

איך וויל דיר איבערבעטן פאר סתם זיך באניצען מיט א ווארט וואס קומט נישט אריין, איך בין שוין נישט געשלאפען 24 שעה (אדם מועד לעולם) איך האב מיר פארמישט באמת אנטשולדיגט און איך וואלט זייער געוואלט הערן אז די נעמסט עס אהן, ביטע פארשטיי מיך,--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:29, 11 ינוואר 2007 (UTC)

היינט איז פיר און צוואנציג שעה אבער נעכטן ביי נישט שלאפן בלויז 12 שעה האסטו אויך געדרייט א קאפ מיטן זיך עקשענען צו לאזן די קאלירן פון די מוסטערן דיינע מיט שרייענדע בלינד מאכענדע קאלירן. און דערנאך באשולדיגט די צוריקדרייער צו די ארגענעלקייט אין וואנדאליזם. דו האסט א תעונג און איינפלוס פון שרייען וואנדאל בעסער ווי שלאפן. און אייער נעכטן ווען דו ביסט אויפגעשטאנען איז איינער דא געווארן באזידעלט פון דיר מיט וואנדאל געשרייען פארן אויסמעקן דעטאלן פון משה יודא דיישט ארטיקל. הקיצור דו האסט אן ארגאזים פון די ווארט וואנדאל זייער גוט, אבער ביטע אין בית הכסא נישט אין פובליק ע איז נישט איידל--וואסה דיף 14:32, 11 ינוואר 2007 (UTC)

איבער בילדער

רעדאַקטירן

לאמיר זאגען אז די ביזט גערעכט פארוואס באדערט דיר נישט די בילד פון יורינע קען זיין יעצט וועט דיר עס אויך בלינד מאכען אבער ווי ביזטו געווען ביז יעצט, און אפשר זאל מען באלד לייגען א בילד פונעם אנדערן הא! דאס קימערט דיר ווייניג!--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:38, 11 ינוואר 2007 (UTC)

פארוואס זאל מיך עס באדערן?--וואסה דיף 14:39, 11 ינוואר 2007 (UTC)


ווייל איך האב איהם געשיקט די בילד ארויפצולייגען פארשטאנען--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:41, 11 ינוואר 2007 (UTC)

אבער דו זאגט דאך אז דו ביסט נישט דער ריכטיגער נחום ראזענבערג, דו ביסט דאך שמאלץ ניין?--וואסה דיף 14:42, 11 ינוואר 2007 (UTC)


טאמער די ביזט אזוי גוט באקאנט וואס גייט פאר וואלסטו אויך געזען אז איך האב נישט גארנישט ארויסגעברענגט וועגען קאלירען, מיין טענה איז: נישט אויסמעקן אהן לייגען א (תחליף) עקסטשעינזש, און וועגען משה יודא דייטש האב איך געמיינט אז ס'פעילט: דאס וועגען די קנאות און דיאלעקט און וועגען תלמוד חכם, ווייל דער זעלבער וואס האט אויסגעמעקט ביי זלמן לייב פילאף האט אויסגעמעקט פארדעהם ביי משה יודא דייטש,--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:53, 11 ינוואר 2007 (UTC) ביז דא איז א קאפי פון באניצער:וואסה דיף מיט מיר


פון דא איז א קאפי פון באניצער:י. מ. סופר מיט מיר

דאס איז פון רעדן דף זלמן לייב פילאף

די דף ווערט וואנדאליזירט און ס'נישט אויף מיין אחריות, ס'איז אויף י. מ. סופר אחריות, איך האב ארויפגעלייגט א טיילוויזע באשיצונג און ער האט עס 2 מאהל אראפגענימען נאכען צוזעין די וואנדאליזעם--נ"ר א נישט עכטע נאמען 01:49, 10 ינוואר 2007 (UTC)

נישט יעדער איינער וואס האלט אנדערשט ווי דיר איז א וואנדאל. קוק דא וואס מיינט וואנדאליזם וועלכע פון די 12 סעיפים האט איינער עובר געווען דא?--י. מ. סופר 01:53, 10 ינוואר 2007 (UTC)

אויף 1. 2. 10. און נאך--נ"ר א נישט עכטע נאמען 02:01, 10 ינוואר 2007 (UTC)

ווילאנג דו ביסט נישט מסביר וואס אין וויאזוי מיט א לינק קען מען נישט גיין צום טיש.--י. מ. סופר 02:01, 10 ינוואר 2007 (UTC)

קודם כל זעה איך אז די האסט די ריכטיגע כלים ווי ctrl+c און אזוי ווייטער די דארפסט נישט פארשטיין גארנישט נאר אויב ס'האט עפעס קעגען מיר דעמאלטס איז וויקיפעדיע שגור על פיך ווי אלף בית--נ"ר א נישט עכטע נאמען 02:09, 10 ינוואר 2007 (UTC)

ביז דא איז א קאפי פון באניצער:י. מ. סופר מיט מיר

א דאנק פאר די הערליכע ארבעט, און א ביטע צו לייגן אינטערוויקיס!

רעדאַקטירן

ספעציעל פאר די ארץ ישראל'דיגע שטעט אין דערפער, איך וואלט געבעטן א געפעליקייט זאלסט לייגן די אינטער-וויקי, צו ענגליש אין היברוי אזוי קען מען גרינג נאשן פון דארט אזוי וועט די געמיינדע קענען גרינג פארברייטערן און ארויסהעלפן. נאכאמאל, א דאנק!--געוואלד 19:19, 11 ינוואר 2007 (UTC)


וואס איך האב געוואלט איז קודם ענדיגען די אלע שטעט און נאכדעהם מאכען די אינטערוויקי, איך גיי טאקע עס ממילא לייגען ווייל עס וועט העלפען אויפארבעטן די ארטיקעל, איך האב נאר געוואלט קודם ענדיגען מיט די שטעט כדי אז מ'זאל שוין קענען פארבעסערן, אבער איך מיין אז איך וועל עס יעצט טוהען ווייל איך זעה אז ס'איד דא מיט וועהם צו גיין צום טיש,--נ"ר א נישט עכטע נאמען 06:00, 12 ינוואר 2007 (UTC)

איך האלט אנדערשט ווי געוואלד, אז איינער ארבייט שווער מעג ער טוהן וויאזוי ער פארשטייט, מקען אים נישט אוועק נעמען די אטענשאן אז ער האט אלעס אליין אויסגעטראכט, ווייל אויב ער וועט לייגן אינטערוויקיס וועט דער עולם וויסן אז ער האט דאס איבערגעטיישט און נישט אלייןס געוויסט. על כל פנים איך מיין אז דער געוואלד איז זיכער ערגער פארן נישט שרייבן בכלל און איינטיילן יענעם וואס שרייבט יא פיל זיך ארויסגעבן זיינע מקורות.--חיים ליבערמאן 13:24, 12 ינוואר 2007 (UTC)


ביזדערווייל נעם איך אסאך פון אנדערע וויקיפעדיעס, אין ס'שטערט מיר נישט צו מאכען אינטערוויקיס, מ'דארף קודם האבען אן ארטיקעל הערשט נאכדעהם קען מען צולייגען און אויסברייטערען אייגענע זאכען, איך דארף נישט באהאלטען מיינע מקורות פון ווי איך נעם, ווען איך דארף עפעס וויסען ס'איז דא געניג וועב סייט'ס, און א יישר כוח פאר מגיב זיין, גוט שבת--נ"ר א נישט עכטע נאמען 13:42, 12 ינוואר 2007 (UTC)

דאס אז דו ווילסט נישט לייגן קיין אינטערוויקיס בשעת דו האסט שוין געפענט הונדערטע ארטיקלן אזוי, ווייזט אז דו ביסט א גרויסער בעל גאווה נעבעך וואס וויל נישט אנדערע זאלן קענען נאכקוקען די מקור און אויך צו לייגן שטאף. דאס איז קעגן די גאנצע וויקיפעדיע שיטה און מנהג פון אלע שפראכן אז דער סאמער יסוד פאר מען גייט צום נעקסטען ארטיקל איז א אינטערוויקי. גיי ווייטער אויף דיין וועג. און טוה וואס דו פארשטייסט. אז דיין ווייב לאזט דיך נו ווער זענען מיר דיר צו צווינגן זיך רעכענען מיט אנדערע . כל הכבוד אבער פארן עפענען אזויפיל ארטיקלן ווען איך וועל האבן צייט אי"ה בקרוב גיי איך אליין שטעלן לינקס דאונט ווארי איך קען אויך היברו ווי דיר.....--חיים ליבערמאן 13:49, 12 ינוואר 2007 (UTC)


איך פארשטיי נישט בכלל וואס די ווילסט, פארקערט איך האלט יא אז ס'דארף זיין און איך וועל לייגען ווען די וויקיפעדיע וועט האבען מער ארטיקלען, און אגב און אסאך ארטיקלען האב איך געלייגט גראד ווען איך האב געשריבען פון אנפאנג, און אז די ווילסט צוליגען אינטערוויקי צו די ארטיקלען וואס איז נישט דא, אדרבא חזק ואמץ, די וועסט שטארק ארויסהעלפען און די אלע ליינער'ס וועלן דיר שטארק דאנקבאר זיין, פארן פארגרינגערן אריבערגיין צו א אנדער שפראך--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:05, 12 ינוואר 2007 (UTC)

אה יעצט ווילסטו שוין פארקויפן שטותים אז דו ווילסט פשוט נישט אנדערע זאלן גיין צו אנדערע שפראכן... מיר אין וויקיפעדיע זארגן זיך נישט פון דעם. --חיים ליבערמאן 14:10, 12 ינוואר 2007 (UTC)


ווי האסט אריינגעשטעלט די ווארט "נישט" אין מיינע ווערטער אדער ""דו ווילסט פשוט נישט אנדערע זאלן גיין צו אנדערע שפראכן...""

אפשר אז איך וועל זאגען אז איך וויל נישט דאס וועט אויסקומען אז איך וויל יא!!! lol

--נ"ר א נישט עכטע נאמען 14:16, 12 ינוואר 2007 (UTC)

ייש"כ אויף די ארטיקל פון ר' יעקב מאיר שכטר

רעדאַקטירן

איך האב געשריבן די ארטיקל ביי די העברעישע וויקיפעדיע, איך זעה אז דו האסט צוגעלייגט א ביסל אינפארמאציע. :) ►רוני◄ 11:42, 17 ינוואר 2007 (UTC)

ווי מיינסטו איז ריכטיקער צו רופן די קאטעגאריע

רעדאַקטירן

קאטעגאריע:מענטשן פון תנ"ך אזוי ווי איצט, אדער "מענטשן אין תנ"ך? ►רוני◄ 03:26, 18 ינוואר 2007 (UTC)

מ'דארף מילא טוישען די קאטעגאריע ס'זאל זיין בעסער אויסגעשטעלט, ווען מ'וועט אהנהייבן צו שרייבען איבער דעהם וועט מען זעהן ווי ס'איז דא מער ארטיקלען אין אזוי געבען די נאמען.

ביזדערווייל איז "מענטשען אין תנ"ך" בעסער אבער "מענטשען פון תנ"ך" איז פשוטער פאר די וואס ווייסען נישט די חילוק פון "און" צו "אין" --נ"ר א נישט עכטע נאמען 07:57, 18 ינוואר 2007 (UTC)

א גוט מארגן

רעדאַקטירן

איך זעה אז דו האסט אויסגעמעקט די ארטיקל וואס דו אליין האסט געשריבן דא און דא און דא און דא. מן הסתם האסטו א גוטע סיבה דערוועגן. וואס איז די סיבה? (להבא אויב דו קענסט, שרייב די סיבה גלייך ביים מעקן) יידיש 05:53, 31 ינוואר 2007 (UTC)

די וואלן גייט אריבער דא

רעדאַקטירן

שרייב דארט אפאר ווערטער. ►רוני◄ 00:21, 2 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטימען די נייע וואלן אין די קומענדיקע וואך

רעדאַקטירן

ליינט פריער אויס די געזעצן. שטימט דא. ►רוני◄ 21:24, 14 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטימען קעגן רוני ער וויל דא צווינגן די ייוו"א אידיש און אסרן אלע אנטי-ארוינישע און סעקס ארטיקלן. ער קען זיין פון דיין פארטיי אבער ראה הזהרתיך צענזור איז נישט גוט, ווייל מארגן קען מען דאס נוצן קעגן דיר אליין'ס. ביטע זיך איינהאלטן דעם רייץ צו מאכן דא רוני גרויס. ער איז שוין געווען דא א פירער און מען האט אים געבלאקט פון די פאונדאוציע אפיס, הגם ער איז שוין זיכער קליגער זאלט איר אבער וויסן אז ער איז א סכנה פאר פרייהייט פון אינפארמאציע. טוט וואס איר פארשטייט. און א גרויסן שכוח פארן זיך מיטיילן דא. מיר וועלן איבערלעבן אלע שוועריגקייטן אזוי ווי ביז איצט ווייל וויקיפעדיע האט איין ציל און עיקר וואס קיין איין וואנדאל קען נישט חרוב מאכן. מיר האבן ברוך ה' א כוח פון א רבים קעגן די פירער און דאס וועט אייביג אנהאלטן. כל טוב.--יודל 21:42, 14 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

געבליבן די זעלבע זאך נו נו--נ"ר א נישט עכטע נאמען 05:39, 11 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

Lipa Photo

רעדאַקטירן

Could you please post the photo of Lipa to the english WP?Joe407 13:30, 15 יוני 2009 (UTC)ענטפֿער