משה פון פראג
הצטרף ב־24 יאַנואַר 2007
If you can't read Yiddish, click here.
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
--משה פון פראג 01:34, 31 ינוואר 2007 (UTC)
געדענק צוריקדרייען מער ווי דריי מאל אין מעת לעת איז א בלאק פאר 24 שעה.
רעדאַקטירןאיך בעט דיך בארעכן דיך ווייל שמאלץ אדער יודל וועלן דיך בלאקירן ספעלט נישט אויס אז די נאמען זאל אויך גיין לטמיון אין דעם קאמפ ווארף נישט דיינע געווער אין ים אינמיטן א העפטיגע מלחמה.--דיפלאמאט 02:16, 31 ינוואר 2007 (UTC)
- ווילאנג דו האנדלסט ווי א מענטש און דו ביסט זיך מסביר וועל איך נישט צוריקדרייען. אויב הייבסטו אן צו איגנארירן ווען דו זעסט אז דו בלייסט אומגערעכט מיינט דאס אז דער נייעס דארף אראפ--משה פון פראג 02:21, 31 ינוואר 2007 (UTC)
- קיינער איגנארירט דיך נישט האנדל מיט שכל--דיפלאמאט 02:22, 31 ינוואר 2007 (UTC)
- דערווייל האנדלן מיר ביידע מיט שכל, ווייל דו ענטפערסט מיר אויף וואס איך פרעג. ווייל אויב נישט זאגט די פאליסי אין די ענגלישע וויקעפעדיע, אז אויב דער צוריקדרייער האט א געהעריגע סיבה, און דער אנדערער אין די וואר איז פשוט א וואנדאל וואס דרייט צוריק אומבארעכטיגט, הייסט עס נישט קיין צוריקדריי (3RR).--משה פון פראג 02:27, 31 ינוואר 2007 (UTC)
- יאפ איך האף נאר אז שמאלץ מיט יודל ווילן זיך צושטעלן צום ענגלישן. געדענק זיי נישט אנגעוויזן אויף יענעם'ס חסד. טו לויט די ידישע פארשריפטן און שפיל דיך נישט מיט פייער.--דיפלאמאט 02:29, 31 ינוואר 2007 (UTC)
- מיט יודל האנדל איך יעצט, און אויך שמאלץ קען מיך נישט בלאקירן ווען איך ארבעט לויט פאליסיס וואס זענען נאכנישטא אויסגעארבעט געווארן און איך גיי לויט די גוישע. איך ארבעט זייער נארמאל יעצט. און ווען איך ווער אויסגעשפארט פון דא איז נישט מיין ערגסטע טאג אין מיין לעבן. דערפאר איז עס נישט ביי מיר קיין שפיל מיט פייער.--משה פון פראג 02:33, 31 ינוואר 2007 (UTC)
- טוה ווי דו פארשטייסט אבער נאכדעם זאלסטו נישט זאגן אז דו האסט נישט געקענט קיין אידישע פאליסי.--דיפלאמאט 02:35, 31 ינוואר 2007 (UTC)