ערשטנס א שיינעם דאנק פאר אייער ארבעט דא אויף וויקיפעדיע. צוזאמען קענען מיר אלע פארבעסערן און פארברייטערן די וויקיפעדיע.

ווען איר ווילט חתמענען אייער נאמען אויף א רעדן (שמועס) בלאט, דרוקט דאס קנעפל וואס זעט אויס ווי א חתימה (דאס צענטע קנעפל פון רעכטס אויבן איבער דעם רעדאקטירן קעסטל). כל טוב. --פוילישער 23:08, 24 נאוועמבער 2009 (UTC)

איר שרייבט אויף מיין רעדן בלאט דאס פאלגענדע:

3 סיבה'ס פארוואס איך שרייב וועגען דעם.

1) ווייל די ארטיקעל האט זיך אנגעהויבען (פין א אנדערען שרייבער): אז אמונה איז נישט לאגיק נאר אינערליכע געפילען. לענ"ד איז דאס שקר, אויך בזיון פאר השם ותורתו.

2) פין די אלע מיליאנען וועב-סייטס (אויך אין די יודישע ווקפדיה) זעט מען אסאך כפירה, מען באשרייבט אלע גליובענ'ס אין ע"ז. אויך אנדערע נישט שיינע ענינים. פארוואס מעג נישט זיין ערגעץ באשריבן די אנדערע זייט (די אמונה) אויך.

3) איך ברענג בעיקר פסוקי תורה, אין אויך פין מקומות נגליים, ד.מ. נישט במופלא ממך אל תדרוש. רוב ענינים וואס איך ברענג שטייט אין אסאך חסידישע אין מוסר ספרים וואס יעדער לערענט. (חוץ דע פרק "גלייבען דורך לאגיק").

איך בין נישט מסביר "מהותו" של השי"ת דורך משלים ח"ו, איך בין נאר מסביר אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפען אין פירט די וועלט; דורך מסביר זיין אז די זעלבע לאגיק וואס די מענשט ניצט ביי אלע אנדערע זאכען, זאל ער ניצען ביי דת אויך.

איך האב אבסיעל ארום געטוישט, ביטע זאג מיר דיין מיינוג אויב ס'שטארקט אמונה, אדער ח"ו פארקערט.--לייבל1 19:03, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)

ערשטנס וויל איך אייך קלאר מאכן אז איך שעץ אייער ארבייט דא אויף וויקיפעדיע זייער שטארק, אין איך וואונטש אייך אסאך געדולד. איך וועל מיר בל"נ מאכן שפעטער צייט אין אייך אויפקלערן מיינע געפילן איבער דעם נושא.--יוסל 21:33, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)

אייער ערשטע סיבה:

1) ווייל די ארטיקעל האט זיך אנגעהויבען (פין א אנדערען שרייבער): אז אמונה איז נישט לאגיק נאר אינערליכע געפילען. לענ"ד איז דאס שקר, אויך בזיון פאר השם ותורתו.

פאר אייער פארבעסערן איז געשטאנן אין דעם איינפיר פון ארטיקל איין קורצע שורה איבער דעם טערמין (אפטייטש) - גלויבן:
"גלויבן, אדער אמונה איז אנדערשט ווי וויסן, מיינט דאס אז מען נעמט אן א דעם אמת פון א זאך; באגריף; מיינונג א.א.וו. - אן קיין איבערצייגונג נאר בלויז פון פערזענליכע געפילען און חושים".
לענ"ד איז דער ציל פון דעם שרייבער גאנץ קלאר, וואס איז דער אונטערשייד צווישן די צווי ווערטער "גלויבן - אמונה" געגן איבער "וויסן - ידיעה", בכלל נישט איבער אמונת השם צו ס'איז לאגיק אדער נישט, לענ"ד האט איר רעכט אז דער שרייבער האט זיך נישט געניג קלאר אויסגעדריקט וואס ער מיינט - קיין איבערצייגונג אבער דאך פערזענליכע געפילען און חושים, אבער דער ציל פון דעם שרייבער איז קלאר.
אייער פארבעסערטע איינפיר:
"גלויבן, אדער אמונה, מיינט אז איינער איז איבערגעצייגט אין אזאך נישט דורך די חושים, נאר דורך לאגיק אדער דורך אינערליכע געפילן. דאס מיינט, אז מען האלט אויף זיכער אז א זאך איז אמת - אן קיין איבערצייגונגען דורך די חושים, נאר דורך לאגיק (שכל); אינסטינקט, אדער געפילן ("רגש")"
צו דעם ברענגט איר א מקור פון ספר העקרים:
"האמונה תפול בכל דבר שלא הושג למאמין מצד החוש, אבל הושג לאיש מה רצוי ומקובל; או לאנשים רבים גדולי הפרסום הושג הדבר ההוא; או כיוצא בו בזמן-מה בחוש - ונמשכה הקבלה למאמין מן האנשים ההם קבלה נמשכת מאב לבן"
לענ"ד איז אייער אריינפיר מיט דעם בעל העקרים צוויי וועלטען, דער בעל העקרים זאגט קלאר אז אמונה איז נישט טייטש איבערצייגט, נישט דורך לאגיק און נישט דורך געפילן א.ז.ו., דער וואס איז איבערצייגט ווערט אנגעריפן א משיג, און דער מאמין גלייבט דעם משיג מכח המשכת הקבלה ווי א טאטע צו א קינד.
לענ"ד האב איך פארבעסערט דעם אריינפיר צו דעם וואס איר ווילט ארויסברענגן:

זייער גיט איך האב עס א ביסעל געטוישט כדי צי מאכען מער פשוטער פארען עולם. איך גיי נאך שרייבען דא, זאג מיר אויב ס'איז אויסגעהאלטען.--לייבל1 19:03, 26 נאוועמבער 2009 (UTC)

זייט מוחל, אבער כ'זעה אז איר זענט אליין נישט תופס וואס איר שרייבט. ווי כ'האב אייך שוין פריער אויפגעקלערט, די שורה וואס איר האט צוריק געלייגט, איז א דירעקטע סתירה צו דעם בעל העקרים, איר מאכט עס נישט פשוטער נאר שווערער.

איך פארשטיי נישט, די עקרים זאגט קלאר אז אמונה מיינט נישט דורך (אייגענע) חוש, נאר דורך ער האט עס געהערט פין א צוויטען. (ואס לויט מיין מיינוג מיינט עס ס'איז לאגיק אנצינעמען פין די מענטש)--לייבל1 20:34, 26 נאוועמבער 2009 (UTC)


1) פאר אלעם, לענ"ד מיט דעם וואס איר ברענגט די לשון פין עיקרים (וואס איז אנדערש ווי אינזערע לשון), אויך דאס איבערטיישטען גרויס אין קליין..., איז צימישענישט. שפעטער קען מען עס אריינלייגען. לענ"ד איז געשמאקער אז מ'פאנגט אן מיט א היימישע געשמאקע קורצע לשון.

2) "וויסן" איז כולל אז מ'ווייסט עפעס דורך לאגיק אויך (קיק וויסן), אויב אזוי ביזטו דיך סותר מינה וביה.

3) איך וויל נישט טוישען אהין אין צוריק, איך וויל קודם קימען צי הסכמה, אדער וועלען מיר פרעגען א דריטע מענטש.

ישר כח - לאמיך וויסען--לייבל1 20:40, 26 נאוועמבער 2009 (UTC)

איר האט עפעס א סיבה ציזאגען אז גלויבען מיינט דוקא: נישט דורך לאגיק?

איר מיינט אפשר די רצון הפנימי? אמונה הקשור בלב ישראל? וואס שטייט אין די ספרים.

אויב די מיינסט דאס, ווארט אביסעל, איך וויל דאס אויך באשרייבען. אין אה"נ אין תניא שטייט אז דאס מיינט (אויך) אמונה.

אבער יהיה היאך שיהיה: אמונה (אני מאמין - איך גלייב), גלויבען, אדער גלייבען, מיינט אויך אז מ'ווערט איבערצייגט דורך שכל. למשל איך "גלייב" (דורך סברות) אז דער מענטש איז שילדיג, אדער א רוסישער יוד וועט זאגען, איך "גלויב" (דורך סברות) אז דער מענטש איז שילדיג. --לייבל1 20:59, 26 נאוועמבער 2009 (UTC)