ווען דו דרייסט צוריק ארטיקלען איז כדאי צו שרייבן די סיבה אין קורצן

רעדאַקטירן

ביים צוריק דרייען, האסטו א באזונדער קעסטל צו שרייבן עטליכע ווערטער. עס איז כדאי איר צו נוצן, כדי זאל מען פארשטיין וועגן וואס דא רעדט זיך. ►רוני◄ 21:53, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

גערעכט איך בין געווען פויל, וועגן דעם האב איך עס צוריקגעדרייט אפשר וועט יענער באנוצער דאס זעהן און וועט נישט אנטלויפן פון דא ווי א מייז...--יודל 21:56, 1 מאַרץ 2006 (UTC)
גלויב מיר, איך האב נישט קיין האנוג וועגן די מחלוקת פון די ארונים מיט די זאליס (וואס איך נאר א ביסל געלערנט דא). ►רוני◄ 22:00, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

אוי בין איך דיך מקנא ווי ווייניגער דו ווייסט פון די דרעק, אלץ נארמאלער ביסטו, סאיז פשוט און איינפאך א שטרייט צווישן צוויי אומערצויגענע מטורפים פאראזיטן וואס האבן אין זייער לעבן נישט געטראכט איינס פלאס איינס, פונקט ווי די קינדער פון סאדאם כוסעין ווי ווייניגער דו ווייסט פון זייערע קראנקע פראבלעמן איז בעסער.--יודל 22:03, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

דיין סטאטיסטיק ציילער ארבייט נישט וועל

רעדאַקטירן

עס פארנעמט סתם פלאץ און פארהעקלט די ערשטע זייט ►רוני◄ 22:30, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

איך האב דאס געבעטן פון דיר, בעטסט מיר צוריק, טוה עפעס דערצו, אבער געדענק אן קיין סטאטיסטיקס ציילער איז ווי מען מאלט צוויי מילשטיינער אין א תפיסה זיבעציג יאר אן צו וויסן צו עפעס ווערט געמאלן, מיר מוטשענען זיך דא, מעגן מיר וויסן צו איינער ליינט. נישט אזוי? וואס איז אז ספארעקלט? דארף מען דאס פארעכטן וויאזוי? וועט מען מוזן ווארטן אויף א זשעני.--יודל 22:32, 1 מאַרץ 2006 (UTC)
דער וויקיפעדיע ווערט אימער פארבעסערט. יעצט אלטן מיר אין 1.5.6 ווערסיע. איך בין זיכער אז די אנטוויקלערס האבן געטראכט וועגן סטאטיסטיק, און איך האפ זייער אז זיי וועלן דאס בקרוב צולייגן. אבער א צינדער איז ווארשיינליך אומעגליך צו אריין בויען א ציילער אין זייערע קאדן. איך וויל מיך נישט סתם מוטשען אויף אומזיסט. ►רוני◄ 22:40, 1 מאַרץ 2006 (UTC)
איך האב באשאפן די בלאט דארטן איך האף איינער וועט ענטפערן דארטן.--יודל 22:44, 1 מאַרץ 2006 (UTC)
מען האט איר אויסגעמעקט גערן, דו דארפסט דאס שרייבן אינעם ריכטיגן פלאץ ►רוני◄ 23:10, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

דא פרעגט איינער די זעלבע קשיא, קיינער ווייסט נישט קיין תירוץ דארטן.--יודל 23:13, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

דא שטייט אז אין די דאטש סטאטיסטיקס האבן זיי א ציילער, דארף מען דאס גנבן אהער, נעם דיך צו די ארבייט.--יודל 23:17, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

איינציגסטע וויקיפעדיע סטאטיסטיק וואס ארבייט

רעדאַקטירן

אלע ביז איצט איז פון יארע 2005 דא האסטו פון היינט.

איך פארשטיי נישט וואס דארט גייט פאר ►רוני◄ 00:15, 2 מאַרץ 2006 (UTC)

אפשר וואלט מען געקענט איינפירען אז נאך יעדע נייעס וואס מען לייגט אריין זאל מען זיך אינטערשרייבען די נאמען, וואס זאגט איר צו אזא המצעה? [[71.247.130.190בן עמי]]

פארוואס? די חתימות וועלן אויפנעמן האלב פון די פלאץ.--יודל 04:41, 2 מאַרץ 2006 (UTC)
וואס איז דער אויפטו מיט אזא המצאה? דו אליין זאגסט דאך אז ס'וועט פארנעמען פלאץ. ►רוני◄ 05:27, 2 מאַרץ 2006 (UTC)

א דאפלטער נאמען

רעדאַקטירן

יודל, ליין די בלאט (קוועטש אויבן אויף זעה אדער שטעל צוריק 1 אויסגעמעקטע אַרטיקל? נאכער קוועטש נאר אויפן דאטום, אבער דריי איר נישט צוריק) א דאפלטע נאמען.

וואס איז די דין אין דעם אין אנדערע וויקיפעדיע, ווי למשל ביים העברעאישן? איך זעה נישט קיין חסרון אויבן אויף, כאטשיג סאיז נישט שיין, אבער דערווייל זעה איך נישט קיין ערענסטן פראבלאם וואס דאס איז גורם. --יודל 05:10, 3 מאַרץ 2006 (UTC)
ביי אלע וואלן וועט ער געווינען ►רוני◄ 07:48, 3 מאַרץ 2006 (UTC)

וועט מען מאכן א צאל ארטיקלן וואס מען וועט מוזן האבן צו שטימן, וועט דאך אויסקומן א ברכה אז מ'וועט מער ארטיקלן אויפבויען. אויף דערווייל איז נאך נישט די וואלן געווען אזוי שטארק היציג אז מזאל מאכן א תקנה אבער טאמער ער וועט אויפברענגן עפעס היציגע דעבאטעס וועט מען זיך דעמלטס זארגן מיט דעם פראבלעם. דערווייל איז געמאכט.--71.247.130.190 11:29, 3 מאַרץ 2006 (UTC)

באנוצער יעקב ענטםערט פארוואס ער מעקט זיין רעדן בלאט

רעדאַקטירן

לכבוד המכונה יודל, כמענה לטענתך, איך האב עס געמעקט ווייל האסט בטעות נישט געשריבן בלשון כבוד, צום צווייטן מאל,

באנוצער יעקב איבער ר' משה פיינשטיין און ארץ ישראל

רעדאַקטירן

מיר זענען אידן, די גמרא זאגט אנפאנג מס' פסחים, אז בוצין בוצין מקוטפי' ידוע, אויב מ'רעגט מיט א איידל לשון. ממילא האב איך נישט געוואלט לאזען אומפאסיגע לשונות, וואס דו ביזט אויך מודה.

בנוגע א"י, בעט איך דיך פאררעכט עס כיד ה' הטובה עליך אויך ביי הגאון ר' משה פיינשטיין, - ווער געזאגט, און וואס געזאגט, האסט עס געהערט אין קאווע שטיבל אז מאנכע האבען אים געשאצט א גרעסערער ת"ח ווי רבינו הקדוש, - איך בעט לאמיר זיך שטעלן אין פארק מיט שטיינער, אין די הענט, און שרייען איינער העכער ווי דער צווייטער, איך וועל שרייען רבינו איז א גרעסערע ת"ח, או דו וועסט שרייען, ניין! ר' משה, און אויב עס וועט נישט גיין מיט גוטן לאמיר שיסען שטיינער

יודל ביזט מסכים, ניין,- לאמיר ענדערש נעמען לעגאס, און שפילן מיט טאָיס, די שמועס פאסט פאר בעביס, אדער שוטים, ביטע מעק עס אויס --יעקב 03:41, 9 מאַרץ 2006 (UTC)

איך האב נישט קיין געדולד צו פארעכטן ארץ ישראל, אבער אויב דיך שטערט דעם פאן, קענסטו עס אראפנעמן און שיין מסביר זיין אז ערליכע אידן האלטן נישט דערפון און קלאר שרייבן פארוואס, און יעדער איינער אפילו די גרעסטער קלויזענבארגער וועט דיך פארשטיין און רעספעקטירן אז דו וועסט דיך אויפירן בדרך כבוד. נישט זיך נעמען דרשנען מיט סטראשוניקן. דרשות דיסקוסיעס און שמעוסן באלאנגט אין רעדן בלאט און נישט אין עצם ארטיקל.
לגבי ר' משה פיינשטיין האב איך נישט געשריבן אז ער איז גרעסער סך הכל האב איך געזאגט וואס מאנהכע האלטן, און ארויסגעברענגט בייד צדדים סא איך ווייס נישט פונטקליך פארוואס דו רעדסט פון געשלעגן, ווילסטו דען לייקענען אז די וועלט אויסער סאטמאר האלט ר' משה פאר א גרעסערע פוסק ווי רבינו הקדוש והטהור זכות הגדול יגן עלינו?--יודל 04:17, 9 מאַרץ 2006 (UTC)

עס שטייט .. אז דער טשעבינער רב זצוק"ל האט געזאגט, בריסקער רב האט גזאגט אויף אים אז ער איז דער גרעסטער גדול, און ער טשעבינער רב זאגט אז סאטמארער רב איז דער גרעסטער גדול, - עס איז א שטות אריין צו גיין אין אזא דיסקאסיע, ווייל פארקערט זאגן נישט נאר שונאים, - ווי איך האב געטראפן .. וואס האבען געשימפט, אז רבינו הקדוש האט גורם געווען אז זייער רבי איז נישט געוואקסן דאס זיין חסידות, וכהנה, נאך שטותים, - אין די צייט וואס אין די גרויסע וועלט האבן אלע גדולים געבויגן דעם קאפ פאר רבינו זי"ע, נאך פאר די קריג, איז באקאנט כמה מעשיות, - ווער האט דען געזאגט אנדערש, עס איז בכלל נישט ווערט נאך צו שרייבן זייערע לשונות.

איך פארשטיי אז דו האסט נישט געזען רבינו זי"ע, און מסתמא האט מען דיר נישט גענונג דערציילט, היינט איז ממש א מצב פון ולא זכר את יוסף וישכחהו, ווילסט איך זאל דיר נאך שרייבן?--יעקב 05:12, 9 מאַרץ 2006 (UTC)


מיין שאלה איז נישט געווען ווער עס איז א גרעסערע גדול אדער קדוש אדער צדיק אדער תלמיד חכם. ניין! נאר ווער איז געווען גרעסער אין הלכה. דו קענסט נישט פארלייקענען אז זייער אסאך אינדערויסן פון סאטמאר האלטן ר' משה פיל גרעסער אין דעם הינזיכט. אויף דעם האב איך געפרעגט צו די לייקענסט?--יודל 05:16, 9 מאַרץ 2006 (UTC)

ענטפער מיר דא

רעדאַקטירן

רעדן:זונה ►רוני◄

איך האב אויך צוגעלייגט נאך קנעפלאך ביים באארבעטן-בלאט, איך האב איר קאפירט פונעם העברעאישן וויקי, אויב דו קענסט איר העלפן איבערזעצן מעדיעװיקי:Monobook.js. באנוצער:אלץ-ווייסער ווייסט אלץ, איך מיין אז עס פאסט אים זיין א סיסאפ►רוני◄

איך האלט אויך אז דער באנוצער אלס-ווייסער איז א נכס אדיר איום ונורא, איך דאנק ג-ט אז מיר האבן אים דא אריינדערווישט צו בארייכערן דעם וויקיפעדיע. אבער אייל דיך נאך נישט צו קרוינען אלס ווייסער אלס סיסאפ ווייל אנדערשט ווי בן עמי וואס האט ארויסגעוויזן מוראדיגע נייטראלקייט, איז ער יא שטארק אפען און אויסגעשפראכן מיט זיינע מיינונגען, און לעצטענס איז בן עמי אפגעשטארבן איך מיין אז דאס איז ער. על כל פנים לאמיר ציווארטן איבער אים. לגבי דיין רעדן זונה ווייס איך נאך נישט פונקליך די נחיצות דערין, דערווייל... אויך האב איך איצט באמערקט דיין ארבייט און צולייגן די טעבס דא העכער דעם בארבייטן זייט, עס וועט איצט נעמען א שטיק צייט זיך לערנען פונקטליך וואס אלע דינען, דעמאלטס וועל איך דיר ערשט דאנקן.--יודל 23:51, 9 מאַרץ 2006 (UTC)
חריף ►רוני◄ 09:03, 10 מאַרץ 2006 (UTC)

באנוצער רעבע בעט אויסמעקן אז ניקסלבורגער רבין זין איז א בדחן

רעדאַקטירן

Dear Yeedle The Blog about the Nikolsburger Rebbe is very nice, i was just thinking that because it is such a conterversial person, people could interperate it on a wrong note - about his son being a "badchan" - if you want you could write that he is mesameach hundrets of yeeden, and more on a bechuvedige oifen for the nikolsburger rebbe, if you want to make an extra blog for his son, you could write whatever you want, and over there you could write that his father is the nikolsburger rebbe, but on his father's blog, it is a little a touchy issue. --Rebbe 20:19, 10 מאַרץ 2006 (UTC

מיר מעקן נישט קיין עכטע אינפארמאציעג דא וויל דא איז ניד'ט קיי--יודל 21:06, 10 מאַרץ 2006 (UTC)נעאמם ס ל


איך פארשטיי אז

רעדאַקטירן

וויקיפעדיע איז נישט דאס ארט פאר דעם. אפילו ס'איז אמת. איך האב מיט עמרם כהן א גרויסן ניקס. אבער פארוואס זאל באלד א צווייטער מאכן א הויפט נייעס אז מאיר הירש איז א שייגעץ און א שחצן. איז דאס וואס מיר ווילן האבן אין וויקפידיע. אינעם ענגלישן וויקי זעה איך נישט אז די דעמאקראטן זאלן שמייסן בוש'ן אדער פארקערט.

מיין טובה איז צו נארמאליזירן עס, להוציא: נישט פאליטיזירן. פון וועם וועסטו נאר אנווערן.

איך הער, איך דיר מכיר טובה, אבער דאס וואלט ווען געווען אפשר א טענה אויף די נייעס, אבער וואס פארענטפערט דאס אויף דעם עצם ארטיקל, דאס איז דאך יא דא ביים ענגלישן וויקיפעדיע, אויב איז דאס אמת פארשטייט זיך איז דאס א חטא צו מעקן.--יודל 17:39, 16 מאַרץ 2006 (UTC)


פאליטיק וועט באגראבן וויקי

רעדאַקטירן

אלס מנהל, דירעקטאר וואס די לייגסט אריין טויזנטער טייערע שעהן', דארפסטו דאס האלטן העכער יעדע נויגונג, אפגעזען פון וועלכן קרייז, פארטיי, עטניק. יא אמת, נישט אמת. פאליטיק פרייע וויקי, איז א דער שליסל צום סוקסעס. אפגעזען צי אין די נייעס אדער אין די ארטיקלען. מ'דארף עס קלינען, אן סיי וועלכע פערזענליכע נויגונגען. --67.107.109.102 17:45, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

קלינען פערזענליכע נויגונגען איז נישט פון געבן א מעק אויס אמת'ע פאקטן. אויב ווילסטו מאכן נייטראל דעם וויקיפעדיע, העלף דאס עדיטן, מיטן מעקן ביסטו א פשוט'ער וואנדאל וואס קען נישט דערהייבן קיין היץ פון צוזעהן ווי איינער האט עפעס געטאן און דו מאכסט דיך גרינג מיט פארלייקענען די מציאות, דאס איז צענזור און נישט קלינינג. נעם דיך אריין אין קאפ אריין יעדע עוולה וואס א מענטש טוט קען מען דאס שיין פארענטפערן און מסביר זיין דעם נסיון דערפון. --יודל 17:49, 16 מאַרץ 2006 (UTC)

Hi Yudl thank you for the welcome. Perhaps you do not remmeber me though, I have been here for while, just not very active. I hope you have a nice peysekh.

Node ue 22:41, 26 מאַרץ 2006 (UTC)

וואס זאגסטו אויפן וויקינייעס?

רעדאַקטירן

גאנגלערי האט זיך זייער גדעמוטשעט צו עפנען א וויקינייעס זייט, און יעצט איז דארט אינגאנצן שטום. אפשר לאמיר זיך נעמען צוזאמען צו די מלאכה און איר א ביסל אויפלעבן? ►רוני◄ 00:10, 30 מאַרץ 2006 (UTC)

דער וויקינייעס האב איך לכתחילה פארלאנגט מיטן איין איינעם ציל: נישט צו בלייבן מיט נייעס, נאר אז די נייעס זאל אויפוועקן דעם יידיש וויקיפעדיע, דורך ארויפברענגן פארשלאפענע טעמעס אויפן אויבערפלאך יעדן טאג לויט די אקטועלע קאכענישן און די הייסע נייעס. דערווייל ביסטו אנגעקומן ווי א מלאך און א מושיע, און שיין דעזיינט דעם הויפט זייט, מיט א נייעס קעסטל וואס ערפילט אט דעם ציל אויפציוועקן יעדן טאג אישוס וואס זענען אקטועל.

דער וויקינייעס אלס א ציל פאר זיך אליינס, צו פארציילן נייעס איז נישט געווען מיין אגענדע. איך וועל דאס אבער זייער נוצן ווען איך ווייס צו פארציילן א נייעס וואס איך קען נישט קיין מקור, ווי למשל ביי א זאך וואס פאסירט אין מיין געגענט וויליאמסבורג וואס די פרעסע דעקט נישט. איך גלייב אז סוועט נאך שטארק צוניץ קומן פאר דעם. אבער אויף היינט לאז איך עס שלאפן מצדי הגם די חברה וואס זענען ביזי מיט היימישע פאליטיק פון רעביס און חסידות קענען דאס נוצן ווי א הייד פארק לשון הרע ורכילות פארציילער, וועלן זיי דאס אבער נישט טאן ווייל זיי וועלן נישט קענען קאנטראלירן די נייעס לויט זייער אינטערעסע. איז דערווייל טאקע זייער גוט אז ער שלאפט. עס וועט נאך אסאך צוניץ קומען. כל טוב.--יודל 10:31, 30 מאַרץ 2006 (UTC)

פארוואס באקום איך די וואנדאל ווארענונג

רעדאַקטירן

נאכ'ן פארעכטן און צוריקשטעלן וואס אנדערע וואנדאליזירן?

פליז אונטערשרייבן, וועל איך דיר וויסן צו ענטפערן פונקטליך --יודל 10:21, 30 מאַרץ 2006 (UTC)
חזרה לדף המשתמש של "יודל/ארכיוו 3".