תתחדש אויפן נייעם נאמען, יעצט בעט גאלערדי (אדער ווי מען רופט אים) א סיסאפ צו דיין נייעם נאמען רוני 14:53, 15 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך מיין אויך אז די נאמען איז בעסער...--יודל 14:59, 15 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

היי יודל, וואס מאכט א איד?

רעדאַקטירן

היינט האט מיר גאנגלערי געשיקט א געביט צו שטיצן א נאמען צום וויקינייעס, פארגעס נישט אז דו האסט אנגעהויבן מיט אט די פראיעקט. גיי אריין אינעם לינק ביי די הויפט נייעס און שטיץ דעם נייעם נאמען, בעט אויך אנדערע צו שטיצן, אזוי וועט מען קענען אפטיילן די נייעס מיטן ענציקלאפעדיע און פארברייטערן די נייעס.►רוני◄ 15:56, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

מ'האט שוין אפגעשטימט וואס איז שייך נאכאמאל צו שטימן אין די וועלט אריין.? לגבי דעם נאמען איז דאך דאס לכוארה דער איינציגער אפציע ווי סאיז אין ענגליש, וויקיפעדיע און וויקינייעס. אבער מיין שוועריגקייט איז אז דער פרומער חרדישער עולם וואס זיי זענען היינט דער רוב שרייבער וועלן זיך נישט פילן באקוועם און נאנט מיט א פרויעקט וואס איר קעפעלע איז מיט א ײַ. בכלל רוב חברה ווייסן נישט וויאזוי דאס צו שרייבן. --יואל 21:17, 19 מאַרץ 2006 (UTC)
איז פיל דיך באקוועם דאס צו בייטן ►רוני◄ 21:40, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

ביי מיר איז וואס גאנגלערי טיט הייליג איך האב מורא אז די הענט וועלן מיר אראפפאלן טון אנדערשט פון אים--יואל 21:41, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

נישט ער האט דאס געטאן, איך האב'ס געטון, און איך גיי אצינדער בייטן. ►רוני◄ 21:45, 19 מאַרץ 2006 (UTC)
אצינד קענסטו שוין דארט שטימען ►רוני◄

שטימן אויף וואס? צו וואס? וועגן וואס?--יואל 22:00, 19 מאַרץ 2006 (UTC)

אויף דער פארשלאג פון דער נאמען וויקינייעס ►רוני◄

טויזענט ארטיקלן אויף תפוז אידיש

רעדאַקטירן

אויב קענסטו איינעם וואס זאל דארטן מעלדן אין דעם דארטיגן פארום פון יידישיסטן פעלט זיך אויס אביסל פאמפע, פירסום אז מיר האלטן שוין נאך טויזענט ארטיקלן. ביי די חסידישע פארום'ס אויף הייד פארק ווילן זיי נישט רעדן פון וויקיפעדיע ווייל זיי קוקן דאס אן מיט א בייז אויג צוליב דעם ווייל דא הערשט צופיל פרייקייט...--יואל 02:49, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

אין תפוז יידש דרייען זיך צום מערקסטנס 5 קביעותדיגע מענטשן, און זיי האלטן גאר אז דער וויקי איז צו פרום. אבער הער דיך איין טייערער ברודער, אויב מיר וועלן ממשיך זיין שרייבן און שרייבן ביז עס וועט דא זיין גאר א סך ארטיקלען און אינפארמאציע, וועלן אלע יידישע רעדנערס מוזן זיך נוצן מיט די דאזיגע וויקיפעדיע, אבער וויבאלד יעצט איז עס א מדבר שממה, און רוב קעפלעך וואס מ'טייפט אריין בריינגט צו גארנישט מיט גארנישט, דערפאר קומען דא נישט מענטשן. מענטשן האבן נישט ליעב נאר צו שרייבן, ווען עס וועט דא זיין וואס צו ליינען, דאן וועלן אלע אנפאנגען אויך צו שרייבן. אבער יא דאס קען נאך געדויהערן א שיינע וויילע (א פאר יאר) אויב דו ביסט אזוי אומגעדולדיגט (און איך פיל דאס) דערפאר האב איך נעכטן אזוי שטארק געוואלט זאלן אלע שטימען צום וויקינייעס, ווייל דער וויקי נייעס האט א שטארקערע אויסזיכט צו שנעל וואקסן מיט מענטשן, וויבאלד א וויקינייעס קען נישט זיין גאר סעקולערע פריי און דער פרומער עולם אינטרעסירט זיך אויך אין די וועלטלעכע נייעס דערפאר קען מען מאכן דעם וויקינייעס פאר א פרומע (אבער נייטראלע) זייט. און אויב דארט וועלן קומען א סך מיטגלידערס וועלן זיי אויטאמאטיש זיך נוצן אויך מיטן וויקיפעדיע, ווייל מיר וועלן קענען דארט לייגן לינקן צום וויקיפעדיע. אויף יעדנפאל דער וויקינייעס וועט זיין געשטימט באזונדער צו נייעס און נישט אזוי ווי דא וואס מען קען נאר בקושי עטליכע שורות שרייבן. איז דערפאר מיע זיך אביסל צו בריינגען נאך און נאך וויילערס צו שטיממען א וויקינייעס זייט נאר אזוי וועט זי געבויט ווערן אין גיכן. -►רוני◄ 10:34, 20 מאַרץ 2006 (UTC)

איך הער און בין מסכים, מיך דארפסטו נישט מאכן פאר קיין חסיד, אז די נייעס וועט ברענגן די ישועה, נא אבער פארט פרובירט מאכן פירסום, ווי אין ליובאוויטש גייט זייער לאזונג, חזקה על תעמלה שאינה חוזרת ריקם. אונז דארפ מען פאמפן און פאמפן, סמיינט נישט אז איך בין אומגעדולדיג אויב איך האלט אז וויקיפעדיע טאר נישט בלייבן קיין סוד, דאס אז עס איז "אפען" קען נישט זיין צו פרום. נא אבער אויב דא רעדט מען סך הכל פון פינף איז א שאד יעדע שפיי.--71.247.130.190 10:55, 20 מאַרץ 2006 (UTC)


שמעלצן איז נישט קיין חכמה

רעדאַקטירן

איך שעץ שטארק וואס דו האסט געטאן מיט פארשידענע קעפלעך. אבער אזוי נישטערענדיג עטוואס, האב איך באמערקט אז כפירה האסטו געלינקט צו אטעאיסט וואס איז פשוט פאלש. אויב איינער טוט עפעס וואס גרעניצט זיך מיט כפירה איז ער נאך נישט קיין אטעאיסט.

דאס זעלבע האסטו געטאן מיט נאך צען אזעלכע זאכן, מיט וואס איך בין שטארק נישט איינשטימיג.

ביסט גערעכט, נעקסט טיים זאלסטו טוישן ווען דו זעהסט אזא טעות ישכ.

נישט שרייבן טענות אין ארטיקלען

רעדאַקטירן

וואס דו האסט דא געשריבן איז נישט אויסגעאלטן ביי אונדזער וויקיפעדיע. זיי פארזיכטיג! ►רוני◄ 14:47, 17 סעפטעמבער 2006 (UTC)