יאפין
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: וויקיפעדיע:רעדאקטירן) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים אויפהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע ענהאלט דיין נאמען, און א לינק צו דיין באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענק: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט אדער זיין איבערטייטשונג. סיי ארטיקלן און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהערצוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שרייבן און וויאזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
אייראפעישער פֿאַראיין
רעדאַקטירןדי יידישע וויקיפעדיע וויל טאקע אייערע ביישטייערונגען און נייע ארטיקלען, אבער די איבערזעצונג פון גוגל טויגט אויף כפרות. זייט אזוי גוט און שטעלט נישט אריין ארטיקלען פארטייטשט דורך גוגל. א דאנק פאראויס! --פוילישער 16:16, 14 יוני 2010 (UTC)
- איך בין מסכּים מיט פּױלישער. מ'קען זיך העלפֿן מיט גוגלס איבערזעצונג, אָבער ניט סתם קאָפּירן. אױב דו װילסט קענסטו רעדאַקטירן דעם אַרטיקל, נאָר נעם אין אַכט אַז מיר האָבן שױן אַן אַרטיקל אייראפעישער פארבאנד ►רוני◄ 19:28, 14 יוני 2010 (UTC)
- איך האב עס טאקע איבערגעזעצט מיט גוגל, אבער איך בין געזיצען שעות אויף שעות אין עס אויס-געארבעט כדי עס זאל זיין א דבר השלם.
וועגען די שאלה אז איז שוין דא אַן אַרטיקל אייראפעישער פארבאנד, האב איך גענימען דער אַרטיקל ווייל עס איז א פֿעלערדיקער שטומפיקער אַרטיקל. אבער פארשטייט זיך אז ״כשם שאי אפשר לבר בלי תבן, כך אי אפשר לחיבור בלי טעויות״. מילא איז כדי נאכאמאל איבער-צוארבעטען. --יאפין 13:47, 16 יוני 2010 (UTC)
ר' נפתלי אלימלך געווירצמאן
רעדאַקטירןאזוי ווי דער שינאווער רב, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, איז געווען אן איידעם ביי ר' אברהם גארליצער (צום פינפטן זיווג), איז ער געווען א שוואגער פון ר' נפתלי אלימלך. --פוילישער 06:28, 23 יולי 2010 (UTC)
- א יישר כח פארן ידיעה, שרייב עס אריין אינעם ארטיקעל (נישט נאר איך וויל עס וויסען). נאר איך פארשטיי נישט וואס מיינט אויף אידיש 'ר' נפתלי אלימלך געווירצמאן איז געווען א שוואגער פונעם דער שינאווער רב, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם'. אדער פונעם אדער פון דער --יאפין 12:32, 23 יולי 2010 (UTC)
- דעם טעות האב איך פארראכטן. איך זע נישט פאר נייטיג אויסצורעכענען גענוי די קריבותשאפט, אזוי ווי ס'איז דא א לינק צו יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דארט שטייען אלע פרטים. --פוילישער 14:37, 23 יולי 2010 (UTC)
אנטווערפן
רעדאַקטירןא דאנק פאר אייער ארבעט אין די ארטיקלען בעלגיע, אנטווערפן א.א.וו. --פוילישער 12:42, 11 אָקטאָבער 2010 (UTC)
אברהם משה פרענקל
רעדאַקטירןפארוואס האט איר געלייגט די קאטעגאריע:אנטווערפן? --פוילישער 20:47, 31 אויגוסט 2011 (UTC)