If you can't read Yiddish, click here.
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
איך קען דאָרטן שרײַבן עפּעס װעגן דעם לעצטן רעבנס שטאַרבן? װאָס פֿאַר אַ מין זאַך איז דאָס זיך איגנאָרירן פֿון אַזאַ טראַגעדיע? איך גלױב אַז דו ביסט טיף אין דעם גלויבן אָבער פֿון דרױסן זעט עס אױס זײער מאָדנע. ►רוני◄ 02:50, 30 נאוועמבער 2009 (UTC)
- אויף דעם איז שוין אלץ באשריבן.. חב"ד איז א ביסל מער גרעסער פון די "לעצטע רעבנ'ס שטארב". איך ווייס אז ס'איז מאדנע, אבער וואס זאל איך טאן אז אזוי פארשטיי איך אויס פון דעם רבינ'ס שיחות. איך פארשטיי אויך דיך אז דו גלייבסט נישט אין דעם און אז עס איז דיר מאדנע, זאלט נאר ויסען אז דיינ'ס לערנען אין ישיבת המתמידים און דיין "באנוצער קעסט'ל" ביי די העברישע וויקיפעדיה, דארט שטייט "נ נח נחמ נחמן מאומן" איז נישט ווייניגער מאדנע... און איך גלויב ה' אז מיין משיגאס האט צוטאן מיט עיקרי היהדות פון רמב"ם (עיקר מלך המשיח) און ניטש נארישקייט'ן פון ערדישע קערפער. איך האף אז דו פארשטייסט מיר. א סאך הצלחה! --חיים נהר 11:40, 30 נאוועמבער 2009 (UTC)
- לכל הפחות שרײַבט עפעס װאס האָט פאסירט אין תשנ"ד. איר קענט ניט סתם פלוצלינג אויפהערן שרײבן װאָס איז געװען נאָך תשנ"ד. ס'זעט אױס פון דרױסן אַז איר שעמט זיך צו רעדן װעגן דעם און איר האָט ניט װאס צו זאגן. ►רוני◄ 14:32, 30 נאוועמבער 2009 (UTC)
- ר' רוני, קוקט גוט אריין אין ארטיקעל וועט איר זען זייער קלאר וואס שטייט דארט'ן אויף ג' תמוז (דא). --חיים נהר 20:20, 1 דעצעמבער 2009 (UTC)
- לכל הפחות שרײַבט עפעס װאס האָט פאסירט אין תשנ"ד. איר קענט ניט סתם פלוצלינג אויפהערן שרײבן װאָס איז געװען נאָך תשנ"ד. ס'זעט אױס פון דרױסן אַז איר שעמט זיך צו רעדן װעגן דעם און איר האָט ניט װאס צו זאגן. ►רוני◄ 14:32, 30 נאוועמבער 2009 (UTC)