If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: וויקיפעדיע:רעדאקטירן) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים אויפהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע ענהאלט דיין נאמען, און א לינק צו דיין באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענק: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט אדער זיין איבערטייטשונג. סיי ארטיקלן און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהערצוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שרייבן און וויאזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס

קאטעגאריע:מעלער

רעדאַקטירן

איר האט געשאפן א נייע קאטעגאריע:מעלער. וואס איז דער צוועק דערפון? --פוילישער 23:31, 24 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

ביטע קוקט די היסטאריע בעפאר עס איז געווארן גענדערט דורך אן אנדערן, - אז איך האב דאס אריינגעשטעלט אלס א קאטערגאריע, אבער דערווייל איז דאס אין מערצאל אויך אין אן אנדערן ווארט דעריבער איז דאס א רידיירעקט וואס שאדט נישט צו האבן מערערע רידיירעקטן אז דער זיכער זאל דאס קענען טרעפן אויך אין זיין [אפילו מעגליך פאלטשער] ספעלינג. א דאנק פארן נישט מעקן.--ווארצגאנג 14:24, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

נישטא קיין היסטאריע. ביי קאטעגאריעס מאכט מען נישט קיין בלעטער מיט פאלשן אויסלייג, נישט דא און נישט אין אנדערע וויקיפעדיעס. --פוילישער 20:33, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

נו נו דערווייל לאז געמאכט, דו האלטסט אז עס איז פאלטש איך קען דיר נישט אפהאלן איך דארף ברענגן א ראיה אז מען לאזט יא רידיירעקט צו באנוצטע לשונות אפילו עס איז נשרש געווארן פאלטשערהייט. איך האב נישט קיין ראי' אפילו אויף נארמאלע ווערטער. א דאנק.--ווארצגאנג 15:12, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

אפשר האט איר נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן. אוודאי ביי ארטיקלען מאכט מען ווייטערפירונג בלעטער כדי ווען איינער זוכט מיט אפילו א פרעמדן אויסלייג וועט ער טרעפן וואס ער זוכט. אבער קאטעגאריעס מאכט מען נאר מיט געהעריגע נעמען. אזוי איז די שטייגער אין אלע וויקיפעדיעס. --פוילישער 22:46, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

קודם כל שרייבט איר: אבער קאטעגאריעס מאכט מען נאר... דאס איז נישט ריכטיג זעה דא
אבער איר דארפט אויך קוקן דא, וועט איר זען אז דאס איז א גרויסער בדיעבד.--פוילישער 16:40, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער
איך האלט אויך אז עס איז בדיעבד א גרויסן דאנק פארן זיך דורכרעדן אז איר האלט זיך אפ פון מעקן שוין דריי טעג ווייל איר זענט מודה צו מיר אז דאס איז א בדיעבד. איך זעה שוין אז מיר זענען געקומן צו א פארגלייכונג ושלום על ישראל האב א לעכטיגן תמיד.--ווארצגאנג 16:57, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער
נישט אזוי גיך! כ'בין דערווייל מסכים גארנישט. אבער איך האב געוואלט אייך אויסהערן. נישט אזוי איז דער דרך? --פוילישער 18:59, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער
ניין! אבסאלוט נישט אזוי איז דער דרך על כל פנים דא אין וויקיפעדיע. עס איז נישט ערלויבט צו שרייען איך בין מסכים גארנישט! ווי דו טוסט דא. וויקיפעדיע איז א וויסנשאפט זאמעלונג פראיעקט דורך קאנסענסוס שטרעבן און בלויז דאס.
לעניננו איבערן קאטעגאריע מעלער וואס איך האב באשאפן און דו האסט מיך אנגעהויבן צו פרעגן אן קיין שום ערקלערונג וואס דו ווילסט פונקטליך פון מיר, און מרמז געווען זייער קלאר אז דיין פלאן און ווילן איז דאס צו מעקן. ביז ענדליך האסטו מודה געווען אז דאס איז א בדיעבד גוט. און איך האב אויך מודה געווען אז דאס איז א בדיעבד. דעריבער צום שלוס בעט איך דיר זאלסטו נישט דאס אויסמעקן חס וחלילה. דארטן האלטן מיר. דו טענסט אז דו ווילסט נישט אזוי גיך ענדיגן דעם דיסקוסיע דא און עפעס דרוקט דיך נאך אן קיין ערקלער איצטערט זעה איך אז דאס איז בנוגע דאס וואס דו האסט נעכטן דיך אויפגעוועקט און אריבערגעצויגן די שמועס אן קיין שום מקורות אנוויזענדיג אויף אהער דארטן אין קאטעגאריע רעדן בלאט. סא האב איך דארטן אויך גענטפערט כאטשיג עס איז נישט כדי צו האבן אויף 2 פלעצער דעם זעלביגן שמועס. לאמיר האפן אז אויף דעם שמועס אפטייל האבן מיר יא א הסכמה און דאס וואס דו רעדסט פון עפעס א מיינונגס פארשידעההייט איז דארטן ביי דעם רעדן בלאט וואס איך וועל דארטן ווארטן פאר א תשובה--ווארצגאנג 14:43, 29 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער
ווייטער שרייבט איר: ...נאר מיט געהעריגע נעמען
דער ווארט געהעריג איז א זאך וואס מ'ברויך זיך דורכרעדן - אז איינער זוכט אן ארטיקל אויף אן אנדערן אויסלייג איז נישט דייקא ווייל מען וויל דאס מאכן גרינגער צו זוכן, וויקיפעדיע איז נישט קיין גוגל זוך מאשין. עס איז אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן יעדן'ס אויסלייג צו שרייבן - נישט בלויז צו זוכן, אפילו לויט אנדערע איז דאס נישט א געהעריגע שריפט, אבער וויקיפעדיע באלאנגט פאר אלעמען. אויב פאר געוויסע אידיש שפראך באנוצער וואס זענען אין א מיעוט איז דאס יא געהעריג לאזן מיר דאס בלויז אלס רידיירעקט, וויבאלד רידיירעקטס זענען ממילא נישט קיין עול אויפן סיסטעם, קען מען זיך צושטעלן צו יעדן איינעם, ווייל דאס איז נישט קיין רוב מחליט נאר קאנסענסוס מחליט.
אז איך האב דאס געשריבן, פארשטייט זיך אז איך האלט אז דאס איז יא געהעריג עס זאל זיך פארדינען א רידיירעקט. פארשטייט זיך אז איר האלט אז דאס איז נישט געהעריג. פארוואס? איז נישט מאלער א לשון יחיד און מעלער א לשון רבים? מען זאגט גראדע אויף איינער אויכט מעלער אבער כלפי מאלער, איז מעלער די מער לשון רבים אפטייטשט. ביי מיר זאגט מען נישט בכלל מעלערס און נישט מאלערס, דעריבער האב איך נישט גורס געווען בכלל דער עקזעסטירענדער קאטעגאריע נאר געשטעלט מיין מיינונג אלס בטל צום עקזעסטערינדער אלס א רידיירעקט דעריבער אייער וועלן דאס מעקן דא איז ביי מיר נישט אנעמבאר און איך קען אייך טאקע נישט אפהאלטן אבער איך בעט אייך רעכענט זיך מיט מיר געהעריג. א דאנק.--ווארצגאנג 14:27, 28 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער
אפדעיט: שוין! איך זעה איר שווייגט דא שוין פאר צו לאנג, איך האלט נישט אז איר האט נישט קיין ענטפער, נאר וואס דען איר האט פשוט נישט קיין צייט צו ענטפערן אזא פשוטן תירוץ וואס דארף מיר אליין'ס איינפאלן, איז דעריבער בין איך מבטל מיין דעת ביטע מעק דאס אויס און פארציי מיר אויפן זיך טענה'נען מיט דיר מיין רבי איך בין דיין בלינדער חסיד די פילע שאלות איז בלויז צו לערנען תורה פון דיר. א דאנק.--ווארצגאנג 17:44, 11 פעברואר 2009 (UTC)

קידוש החמה

רעדאַקטירן

אפשר ווילט איר אנהייבן דעם ארטיקל קידוש החמה? --פוילישער 22:21, 26 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

איך האב נישט קיין אננונג וואס דאס איז אבער עס אינטערסירט מיך גאר שטארק אלזא האב איך דאס געמאכט אלס צייטיג אז דו זאלסט דיך מנדב זיין א גרויסן דאנק פון פאראויס.--ווארצגאנג 15:14, 27 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

נישט צעשפּרײטן האלבע קאַטעגאָריעס

רעדאַקטירן

דא האָט איר געעפֿנט אַ נײַע קאַטעגאָריע, אָבער איר האָט איבערגעלאָזט די אַלטע קאַטעגאָריע און מיר זײַנען געבליבן מיט צװײ האַלבע קאַטעגאָריעס. נאָך אַ זאַך, פֿאַר דו מאַכסט אַ מאַסיװישע אַרבעט, װי למשל טױשן אַ קאַטעגאָריע נאָמען, אָדער לײגן װאַלן צי אױסמעקן ארטיקלען, אָדער רעדאַקטירן װיקיפּעדיע בלעטער (ניט אַרטיקלען) װערסטו געבעטן זיך דורך רעדן מיט די אַקטיװע באַנוצער אין דער װיקיפּעדיע. אױך דא האָט איר אַריבערגעפֿירט אַ קאַטעגאָריע הין און צוריק, אין װיקיפּעדיע איז אײַנגעפֿירט זיך פֿריער דורכרעדן. אַ דאַנק. ►רוני◄ 01:17, 31 יאַנואַר 2009 (UTC)ענטפֿער

  1. ציוניזם איז דער בעסערער קאטעגאריע ווי ציונות, איך האף דאס צו פארעכטן אז נישט בעט איך אייך צו טאן דאס. מיר זענען א צוזאמענארבייט. יעדער איינער טוט וויפול ער קען. דאס איז נישט קיין טענה אז מיר זיינען געבליבן מיט האלב ווייל דער גאנצער וויקיפעדיע איז דערווייל ווינציגער ווי האלב האב געדולד און העלף צו נישט קריטיקיר א גאנצן טאג. איך האב סעפיצעל געלייגט דעם ווייטערפירן רידיירעקט וואס פארלאנגט פון די באנוצער צוצילייגן א פלייצע און העלפן אריבערפירן אלע ארטיקלן. א דאנק.
  2. איך רעדט זיך דורך מער ווי דו און מער ווי יעדן איינעם ביטע פארשפרייט נישט קיין ליגענט אלעס וואס איך האב געטאן דערווייל איז שיין אויפגעקלערט און גערעדט און די פאסיגע רעדן בלעטער און אנדערע ווי דו שווייגן סיי אין קאווע שטיבל און סיי אויף די קורץ ווארט און סיי אין די רעדן בלעטער ביטע הער אויף מיך באשמוצען מיט ליגענט. א דאנק.
  3. דיין לעצטער דוגמה פון קאטעגאריע מתנחלים איז דירעקט א ראיה קעגן אייך און לטובת מיר איר האט געוואלט מעקן און מעקן און איך האב געוואלט שאפן א קאנסענסוס זעה די קלארע שפראך אין מיין קורץ ווארט אויפקלערונג פון די היסטאריע און די רעדן און אין די וואלן בלאט איבעראל רעדט בלויז איך און איר שווייגט און מעקט און מעקט און מעקט אן קיין איין ווארט אויפקלער. א דאנק--ווארצגאנג 14:33, 2 פעברואר 2009 (UTC)

פארטאל:אקטועלע געשעענישן

רעדאַקטירן

פארטייטשט Current events אויף יידיש לויט אייער ביטע. טאמער ס'איז דא נאך ערטער וואו מען דארף פארטייטשן זיי מודיע. --פוילישער 16:23, 19 פעברואר 2009 (UTC)

איך בעט דיך איבער פאר דיין שווערע ארבייט אבער ביטע ברעך דיין עקשנות און שטעל דאס אין זייטן מעניו אויכט זעה שמועס וואס מבעט זיך צו דיר שוין וואכן: װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל#אויפפאדערונג פון די סיסאפן: ביטע העלפט די קהילה דאס אריינשטעלן אין די זייטן מעניו ווי אלע וויקיס--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע 16:24, 19 פעברואר 2009 (UTC)

מקורות

רעדאַקטירן

איר שרייבט "בעל מופת ווי אברהם אבינו איר שיסט נעבעך פיילן וואס ווערן זאמד" כ'האב געזוכט דעם מקור דערפון, אבער כ'האב נאר געטראפן פארקערט, אברהם אבינו האט געווארפן זאמד אין זענען געווארן פיילן (תענית כ"א ועוד), אבער מ'דארף מלמד זכות זיין "בא לכלל כעס בא לכלל טעות".--יוסל 16:05, 17 מערץ 2009 (UTC)ענטפֿער

א דאנק פארן אויפמערקן דעם טעות אייערע. פון נישט זיין אין כעס שיסט מען נישט קיין פיילן און נישט זאמד, מען קטנט אויף זיך אין פנים. דאס איז דער חילוק צווישן אברהם אבינו און אונז.--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 16:10, 17 מערץ 2009 (UTC)ענטפֿער