הרוצה בעילום שמו
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
די וואלן גייען אריבער דא
רעדאַקטירןשרייב דארט אפאר ווערטער. ►רוני◄ 16:06, 3 יוני 2007 (UTC)
- מוסט נישט צו שרייבן אפאר ווערטער. אבער שרייב דיך דארט פריער איין און גיב אפ דיין שטימע. ►רוני◄ 13:41, 5 יוני 2007 (UTC)
- יעצט ביטע גיי אריין דא (מיט דיין נאמען) און שרייב דארט: #redirect [[:w:yi:user:הרוצה בעילום שמו]]
- יעצט ביטע גיי אריין דא (מיט דיין נאמען) און שרייב דארט:
ערלעדיגט, תודה!--הרוצה בעילום שמו 23:18, 5 יוני 2007 (UTC)
בת היענה
רעדאַקטירןפון וואנעט נעמסטו דאס אז א בת־יענה עסט גלאז און אייזען? א דאנק. ►רוני◄ 19:40, 10 יוני 2007 (UTC) חידושי הרמב"ן חולין סב:; עץ יוסף שיר השירים ג, יז; בישישים חכמה להחפץ חיים, עמ' רפ; גענוג??? --הרוצה בעילום שמו 23:21, 10 יוני 2007 (UTC)
ביטע שטימען די נייע וואלן אין די קומענדיקע וואך
רעדאַקטירןליינט פריער אויס די געזעצן. שטימט דא. ►רוני◄ 21:24, 14 יוני 2007 (UTC)
- ביטע שטימען קעגן רוני ער וויל דא צווינגן די ייוו"א אידיש און אסרן אלע אנטי-ארוינישע און סעקס ארטיקלן. ער קען זיין פון דיין פארטיי אבער ראה הזהרתיך צענזור איז נישט גוט, ווייל מארגן קען מען דאס נוצן קעגן דיר אליין'ס. ביטע זיך איינהאלטן דעם רייץ צו מאכן דא רוני גרויס. ער איז שוין געווען דא א פירער און מען האט אים געבלאקט פון די פאונדאוציע אפיס, הגם ער איז שוין זיכער קליגער זאלט איר אבער וויסן אז ער איז א סכנה פאר פרייהייט פון אינפארמאציע. טוט וואס איר פארשטייט. און א גרויסן שכוח פארן זיך מיטיילן דא. מיר וועלן איבערלעבן אלע שוועריגקייטן אזוי ווי ביז איצט ווייל וויקיפעדיע האט איין ציל און עיקר וואס קיין איין וואנדאל קען נישט חרוב מאכן. מיר האבן ברוך ה' א כוח פון א רבים קעגן די פירער און דאס וועט אייביג אנהאלטן. כל טוב.--יודל 21:42, 14 יוני 2007 (UTC)
הלואי זאל מען איינמאל פאר אלעמאל אסר'ן אלע סעקס ארטיקלען, מי יתן והיה!!! --הרוצה בעילום שמו 00:17, 15 יוני 2007 (UTC)
- דאן ווילסטו נישט א פרייע און אפענע אנציקלאפעדיע. דאן בעט איך דיך צו באטראכטן אז דא קען העלפן דיך פערזענליך אין די עתיד. ביטע פאשפאר עס נישט אפילו אויף די מינוט קוקט דיר דאס אויס זייער גוט. ווייל א חורבן איז גרינגער צו מאכן זיך עס אויס און לאמיר עס איבערשמועסן; איז דען נישט הלכות נידה וויכטיג צו קענען? איז דען נישט שלום בית עצות און מנהגים גוט צו וויסן? איז דען נישט די וועג פון האבן קינדער א הייליגער סאביעקט? וואס יא אהרן זלמן חתונות מיט הערליכע עולם'ס דאס איז דיך אינטערסאנט? דאס איז וויכטיג? בארעכן דיך דעת איז דאס וויכטיגסטער ענין וואס מען דארף האבן אויף די וועלט אין אלעם. לאז דאס גאנץ. דער רוני וועט דא מעקן און מעקן און מעקן. ביטע געב אים נישט דעם צינדער ווייל ער וועט פארברעננען די גאנצע שטאט מיט די מענטשן צוזאמן. אפשר דאך שמוסטו זיך דורך מיט מיר?--יודל 00:21, 15 יוני 2007 (UTC)
הלכות טהרה איז איין זאך, און די גרויליגע ארטיקלען (וואס אגב יעדער טראטשאק שמויגער קען דא ליינען אויף א היימישן אידיש) איז א צווייטע זאך.
צווייטענ'ס וואס גייט דיר אן אז מען רעדט פון אהרנ'ן און זלמנ'ן א גאנצע צייט, העכסטענס קוק נישט דערויף (על המתנגדים לסעקס וכדומה אי אפשר לומר כך, כמובן), דו טו דיר זיינס און לאז יענעם ענזשויען מיט וואס ער האט ליב.
למעשה, ווי קען מען זיך אדורך שמועסן מיט דיר???--הרוצה בעילום שמו 00:25, 15 יוני 2007 (UTC)
- וואס גייט דיך אן אז דער שמויגער וועט ווערן אויפגעקלערט און זיך אויפירן נאראמאל צו זיין ווייב און נישט ברויכן גיין זיכן סיפק אין די שלאכט הייזער? נאר מיט דעת וועסטו באלייכטן די וועלט. די אלע ארונישע און זאלוינישע דרעק פארטעמען נאך מער די שמויגערס און מאכט זיי פאר גרעסערע איגנאראסימס. ביטע זעה איין אז די פאשטאפן די מוחות וועט מען בלויז אומגליקלעך מאכן נאך הונדערטע טויזענטע נפשות עד מתי?! פארוואס פארגינסטו נישט קיין ביסל וויסען פארן המון?--יודל 00:33, 15 יוני 2007 (UTC)
ביטע קום אריין אין גוגל טאלק אויף boywilli@gmail.com איך וויל דיך פארשטיין אפשר קענען מיר זיך טוישן די מיינונג איינער דעם אנדערן.--יודל 00:40, 15 יוני 2007 (UTC)
ביטע שטימען פאר רוני
רעדאַקטירןפון דיין ארבייט דא זעה איך אז דו וואלסט הנאה געהאט פון רוני ביטע געב אפ דיין שטימע פאר רוני. נישט קעגן נאר פאר אים. א גרויסן דאנק--יודל 13:25, 27 יוני 2007 (UTC)