אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווארשע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 551479 פון Shad Veyosiv (רעדן)
טאַג: אַנולירן
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 56:
אין תרט"ו האט מען אויפגענומען הרב [[דוב בער מייזלס]] אב"ד פון ווארשע; ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז זיין פטירה אין תר"ל.
 
וואַרשע פֿאַרמאָגט רײַכע און אַלטע ייִדישע געשיכטע. דווקא דאָ, פֿאַרן חורבן, האָבן זיך באַזעצט אַ סך חסידישע רביס - דער [[מאדזשיץ (הויף)|מאָדזשיצער]], דער [[ווארקא (הויף)|וואַָרקער]], דער [[ראדאמסק (הויף)|ראַדאָמסקער]], דער [[נאוואמינסק|נאָוואָמינסקער]] ליגן אויפֿן אָרטיקן [[בית־עולם]] אויף דער גענשער גאס (געגרינדעט אין 1806 יאָר). פֿון 1936 ביז דער צווייטער וועלט מלחמה, האָט די [[ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא]] געפלעגט צוזאַמען קומען אין ווארשע. בעת דער [[צווייטער וועלט־מלחמה]] איז דער אַנדערער בית־עולם, אויף זײַט ווײַסל, חרובֿ געוואָרן, ווי אויך אַרום 400 [[שול]]ן און [[בית־מדרש|בתּי־מדרשים]]. די איינציקע, וואָס שטייט ביז הײַנט, איז די שול אויפֿן נאָמען פֿון זלמן און רבֿקה [[זאַלמאַן נאָזשיק|נאָזשיק]] - וווּ געפֿינט זיך איצט די וואַרשעווער [[קהילה]].
 
געגרינדעט אינעם יאָר 1997, די קהילה איז א טייל פֿון דעם ''ועד הקהילות היהודיות בפולין''. די קהילה איז ווײַט ניט אַזוי גרויס ווי אַמאָל - 300 טויזנט פֿאַר דער מלחמה און 500 נפֿשות איצט - אָבער זי האַלט בײַ אויפֿבויען אַ ייִדיש לעבן. אין אַ געוויסן זין איז וואַרשע - מיט כּלערײַ טעטיקייטן, פֿון קינדערגאָרטן ביז אַ [[מקוה]] און [[חברה קדישא]] - אַ מוסטער פֿון ייִדישן אויפֿלעב אין [[מזרח־אייראָפּע]].