אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אמשינאוו (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 10:
** רבי '''[[יעקב דוד קאליש (דער צווייטער)|יעקב דוד]]''' האט געדינט ווי [[אב"ד|אב בית דין]] אין [[זשירארדאוו]] לעבן ווארשע. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי שלמה יאסקאוויטש, איידעם פונעם [[אברהם מרדכי אלטער|אמרי אמת]] פון גער. נאך זיין פאטער׳ס פטירה אין [[תרצ"ו]] האט מען אים באקרוינט אמשינאווער רבי און ער איז געווען רב פון ביידע קהילות. ווען די דייטשן האבן איינגענומען פוילן איז ער אנטלאפן אין ווארשע, וואו ער האט זיך באהאלטן צוויי יאר. ער איז נפטר געווארן אין דער [[ווארשעווער געטא]] ווינטער תש"ב און מ׳האט אים באערדיקט לעבן זיין זיידן און פאטער אין דעם ווארשעווער בית עולם. די נאציס האבן דערמארדעט זיין גאנצע משפחה.
** רבי '''[[יצחק קאליש (אמשינאוו)|יצחק]]''' פון אמשינאוו - פאראייניגטע שטאטן, האט מצליח געווען זיך צו אנטלויפן אין ווילנע און פון דארט ווייטער קיין יאפאן מיט זיין פעטער, רבי שמעון שלום. נאך זיין פעטער׳ס פטירה האט ער צוריק אויפגעשטעלט דעם הויף אין אמעריקע אין [[וויליאמסבורג, ברוקלין|וויליאמסבורג]], [[ברוקלין]] און שפעטער אין [[בארא פארק]]. ער איז נפטר געווארן [[י"ט אדר]] [[תשנ"ג]]. מען האט געפירט זיין ארון צו קבורה אין דעם [[אלטע בית עולם פון טבריה|אלטן בית עולם פון טבריה]]. נאך זיין פטירה זענען א סך פון זיינע חסידים געוואנדן צו רבי יעקב אריה, אמשינאווער רבי אין ירושלים.
*** רבי '''[[יוסף קאליש (ב)]]''' זון רבי יצחק. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "זרע יצחק" על התורה ועל המועדים פון זיין פאטער׳ס תורה.
****רבי '''[[מנחם קאליש (ב)]]''' זון פון רבי יוסף. איז געווארן דעם ממלא מקום אין די פאראייניגטע שטאטן.
 
דער צווייטער זון פון רבי מנחם, רבי שמעון שלום, איז געווארן רבי אין [[אטוואצק]]. ווען די ישיבה בחורים פון [[מירער ישיבה|מיר]], קלעצק, ראדין און נאווהארדאק זענען אנטלאפן פון פוילן קיין [[יאפאן]] און [[שאנכיי]] אין דער [[צווייטער וועלט מלחמה]] איז רבי שמעון שלום געווען איינער פון די פירערס וואס האבן געפועלט אדורכצופירן דאס ענין. אונטער די יאפאנער האבן געוואוינט אין שאנכיי 26,000 יידן.