אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעזשביזש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 5:
דאס שטעטל מעזשביזש איז א גאנץ קליינע, עס איז ווי רוב קליינע שטעטלעך אין אוקריינא, ארים און כמעט גארנישט אינטערעסאנט. חוץ אז עס ליגט דארט דער גרינדער פון דרך החסידות.
 
אין דעם בית החיים ליגן אויך אסאך גרויסע מענטשן ווי די אייניקלעך פונעם בעל שם טוב וואו [[ברוך מעזשביזשער|רבי ברוך מעזשביזשער,]], רבי [[משה חיים אפרים פון סדילקאוו|אפרים סדילקאווער]], רבי ישראל א ברודער פון רבי [[נחמן מברסלב]], אויך ליגן דארט תלמידים פונעם בעל שם טוב ווי רבי [[ישראל פאליצעקר]], רבי [[וואלף קיצעס]], רבי הערש סופר, אויך רבנים פון שטאט רבי [[אברהם יהושע העשיל (אפטא)|אברהם יהושע העשיל]], דער אוהב ישראל. אלעס איז לעצטנט געווארן איבערגעבויעט און איבערגעפלאסטערט דורך [[ישראל מאיר גבאי]].
 
אין די לעצטע יארן זייט אסאך אידן פארן צו די קברים פון צדיקים, האט מען אויסגעפלאסטערט די וועגן צו ציון און פונעם ציון פון בעל שם טוב, מען האט אויפגעבויט א שיינער אוהל אויף דאס פאלץ וואו דער בעל שם טוב לייגט, דענעבן האט מען אויפגעשטלט א בית המדרש, און עטליכע גרויסע בנינים צוגערישט מיט אלעס דערין, בתי כבוד, א [[מקוה]] טהרה, שטובער צו שלאפן, א גרויסע קיך. דאס אלעס האט אהערגעשטעלט דער באקאנטער עסקן וואס בויעט קברים איבעראל ישראל מאיר גבאי. דער ראש פון [[דרך צדיקים]].
שורה 12:
 
אויך האט ער געזוכט און געטראפן דעם ארגינעלן פלאץ וואו דער בעל שם טוב האט געהאט זיין בית המדרש אינמיטן דער שטאט, דער בנין איז נאך געשטאנען, אבער דאס גאנצע בית המדרש האט ער איבערגעבויט פאר א הערליכן בית המדרש אויפן אלטן שטייגער וויאזוי עס האט אויסגזען אמאל.
 
==דעם בעש"ט קרעניצע==
דארט אין עק שטאט, איז פארהאנען א וואונדערליכע [[קוואל וואסער|קוואל]], וואס די היסטאריע פארציילט, אז דאס האט דער בעל שם הק' אליינס געמאכט, מיט זיין וואונדערליכע הייליגער גייסטישע קראפט, און אלע ווייסן - אויך די [[פויער]]ן פונעם שטאט ארום, אז עס איז א היילונג צו טרונקן די וואסער.