אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 11:
נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן טעטיק אין די „[[פרייקארפס|פרײַקאָרפּס]]” – ווײַט־רעכטע מיליציעס, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין די שלאַכטן וואָס האָבן געבוזשעוועט אין יענער צײַט צווישן די רעכטע און די לינקע. די מיליציעס זײַנען באַשטאַנען דערעיקרשט פון געוועזענע זעלנער, פאַרביטערטע פון דײַטשלאַנדס פאַרשפּילן די מלחמה, וואָס זײַנען געווען שטאַרקע קעגנער פון [[סאציאליזם|סאָציאַליזם]] און [[קאמוניזם|קאָמוניזם]]. אין יענער תקופה האָט ער אויך באַקומען אַ דיפּלאָם אין [[אגראנאמיע|אַגראָנאָמיע]] פון דער הויכער טעכנישער שולע אין מינכען.
 
אין 1923 איז ער צוגעשטאַנען צו דער נאַצישער פּאַרטיי, בשעת זי איז געשטאַנען אויפן שוועל פון אַן איבערקערונגס־פּרואוו קעגן דער צענטראַלער מאַכט, „דער פּוטש אין דעם ביר קעלער”. די פּאָווסטאַנציע איז מיט גוואַלד פאַרשטילט געוואָרן דורך דער בײַערישער מאַכט, און די אָנפירער פון די ווידערשפּעניקער, צווישן זיי אויך [[אדאלף היטלער|אַדאָלף היטלער]], זײַנען פאַרשיקט געוואָרן אין טורמע. אַ באַוואוסטער בילד פון פּוטש ווײַזט הימלערן אין [[עס א|עס אַעס־אַ]] מונדירן, האַלטנדיק דעם סימבאָל פון דער קייסערישער דײַטשער אַרמיי. נאָכן דורכפאַל פון פּוטש, אין 1924, האָט הימלער באַשלאָסן פאַרלאָזן פּאָליטיק און זיך אָפּגעבן מיט האָדעווען הינער אין אַ קליין דערפל וואָס האָט געהייסן וואַלדטרודרינג.
 
ווי ער האָט זיך אומגעקערט צו פּאָליטיק, איז ער געוואָרן דער סעקרעטאַר פון אַ נאַצישן טעטיקער מיטן נאָמען בשם גרעגאָר שטראַסער, וועלכער האָט געאַרבעט אין צפון־דײַטשלאַנד, און האָט פאָרגעשטעלט אַ צײַט אַ מין קאָנקורענץ צו היטלערן.