אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היינריך הימלער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 15:
ווי ער האָט זיך אומגעקערט צו פּאָליטיק, איז ער געוואָרן דער סעקרעטאַר פון אַ נאַצישן טעטיקער מיטן נאָמען בשם גרעגאָר שטראַסער, וועלכער האָט געאַרבעט אין צפון־דײַטשלאַנד, און האָט פאָרגעשטעלט אַ צײַט אַ מין קאָנקורענץ צו היטלערן.
 
אין יאָר 1928 האָט ער געהייראַט מאַרגאַרעטע באָדען, די טאָכטער פון אַ פּרײַסישן גוט באַזיצער. צום פּאָרל איז געבאָרן געוואָרן אַ טאָכטער, וועמען זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן גודרון. דער זיווג איז ניט עולה־יפה געווען, און דער פּאָרל האָט זיך אָפּגעשיידט און גענומען לעבן באַזונדער.
 
נאָדעם וואָס היטלער איז אַרויס פון טורמע, האָט ער באַגרינדעט אַ פּריוואַטע מיליציע וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער „[[עס עס|עס־עס]]”. צו ערשט, האָט דער עס־עס פאַרמאָגט עטלעכע צענדליקע מיטגלידער, און עס האָבן מיט עם אָנגעפירט פאַשידענע קאָמאַנדירן; ביז אין יאָר 1929 האָט היטלער פאַרבעטן הימלערן ער זאָל אָננעמען דעם אַמט. אין דער ערשטער צײַט, האָט עס געזאָלט הייסן אַז הימלער איז אונטעגעוואָרפן [[ערנסט רעהם|ערנסט רעהמען]]. ביז עטלעכע יאָר האָט די צאָל מיטגלידער געשטויגן צו 52,000 מאַן.
 
{{גרונטסארטיר:הימלער}}