אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לעגא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 10:
 
== לעגא פאקונגען ==
זינט די 1950ער יארן האט דער לעגא גרופע פאבריצירט טויזנטער פּאַקונגען מיט פארשידענע טעמעס ווי [[קאסמאס]], [[ראבאט]]ן, [[ים-רויבונגרויבעריי|פיראטן]], [[באן|באנען]], [[וויקינג]]ן, [[שלאס|שלעסער]], [[דינאזאווער]]ס, אונטערוואסער פארשונג און דער [[אלטער אמעריקאנער מערב|ווילדער מערב]]. א טייל קלאסישע טעמעס וואס קאנטינוירן ביז איצט זענען "לעגא שטאָט" (א ליניע וואס אילוסטרירט שטאָטישע לעבן, זינט 1973) און "לעגא טעכניק" (א ליניע וואס סימולירט קאמפלעקסע מעכאנישע פראצעסן, זינט 1977).
 
איבער די יארן האט לעגא באקומען די רעכטן צו פאבריצירן א סאך טעמעס באזירט אויף טעלעוויזיע, פילם און ווידעא שפילן קאנצעסיעס ווי "[[באטמאן|באַטמאַן]]", "[[אינדיאנע דזשאנס|אינדיאַנע דזשאָנס]]", "[[פיראטן פון די קאריביען|פּיראַטן פֿון די קאַריביען]]", "[[הארי פאטער (פילם סעריע)|האַרי פּאָטער]]", "[[שטערן קריג]]" און "[[מיינקראפט|מיינקראַפֿט]]". כאטש א טייל די ליצענצירטע טעמעס ווי "שטערן קריג" און "אינדיאַנע דזשאָנס" זענען געווען זייער געראטן האט לעגא געזאגט אז זי וויל זיך אָנלענען מער אויף אירע אייגענע כאראקטערן און קלאסישע טעמעס און ווייניק אויף מעדיע באזירטע טעמעס.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/לעגא"