אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לופט פראכט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 20:
די סופער טראנספארטערס ווערן געבויט מיט א נידעריגע פילאט קאבינעט און א ריזיגע עפענונג העכער איר וועלכע עפענט זיך די ברייט פון דעם גאנצן עראפלאן. דאס מיינט אז יעדע משא וואס דער עראפלאן קען טראגן קען גרינג אריינגיין דורך די עפענונג. די הויפט מעלה פון די סארט עראפלאן, איז אז די גאנצע קארגא ארט איז איין גרויסע און לאנגע קארידאר וואו עס קען אריינפארן לאנגע טרעילארס און ריזיגע טאנקן פון פליסיגע סחורה.
אלעס אינאיינעם קען דער סופער טראנספארטער אויפנעמען 47 טאן פון קארגא וועלכע איז זייער אסאך אבער עס זענען פאראן פעלער ווען מען דארף נאך גרעסערע עראפלאן, צום ביישפיל די מיליטער וועלכע פירט עטליכע טאנקן אין איין עראפלאן מוז האבן בעסערע עראפלאן פון דעם סופער טראנספארטער ווייל א טאנק קען וועגן 65 טאן וועלכע איז פיל מער ווי דער סופער טראנספארטער קען פארטראגן.
דער גרעסטער טראנספארטער עראפלאן אין די וועלט איז די אנטאנאוו 225 וועלכע קען ארויפנעמען ביז 250 טאן קארגא און קען ארייננעמען 4 גרויסע מיליטערישע טאנקן. די אנטאנאוו איז א רוסישער געבויטער עראפלאן וועלכע איז ארגינעל געבויט געווארן צו טראנספערירן זייערקאסמאס ספעיסשאטל שאטעלבוראן אין די אנפאנג 90'ער יארן. די פלענער האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט ווייל דער עראפלאן איז נישט גרייט געווארן צו פליען. מען האט נישט געהערט פון די גרויסע עראפלאן ביז אין 01' ווען די אינדזשענירן האבן געמאכט איר ערשטן טעסט פלייט און איז דורך זייער סוקסעספול. דער אנאטאוו 225 איז א גיגאנטישע מאשין און אירע פליגלן שטרעקן זיך אויס די לאנג פון א סיטי בלאק און איר קערפער קען אנטהאלטן 80 אויטאס.
 
== היסטאריע ==