לופט פראכט
לופֿט פֿראַכט איז די ביזנעס פון קאמערציאלע פראכט שיפינג וועלכע ווערט טראנספארטירט מיט עראפלאנען ארום דער וועלט.
פאסאזשירן לופטליניע פראכט
רעדאַקטירןאויף כמעט יעדער פאסאזשירן עראפלאן פארט מיט א געוויסע צאל פראכט וועלכע ליגן צוזאמען מיט די פעקלעך. פאר א ביישפיל קען מען ניצן די יו-עס פאסט דינסט וועלכע דינגט ארויס אביסל פלאף אויף 15,000 פון די 25,000 פליען וואס הייבן זיך אין די פאראייניגטע שטאטן יעדן טאג. אזוי זענען פאראן נאך הונדערטער פירמעס וועלכע שיקן קלענערע פראכט משאות מיט די קאמערציאלע עירליינס. עס איז געשאצט אז צווישן 5 און 10 פראצענט פון פראכט פארן מיט קאמערציאלע עירליינס.
ווען א פעקל ווערט געשיקט מיט אייער פלי גייט עס אויף דער זעלבער סיסטעם ווי אלע פאסאזשיר פעקלעך און ווערט איינגעפאקט אין ספעציעלע שאכטלעך וועלכע דארפן שטימען מיט די עראפלאן גרויסקייט. א דורכשניטליכער עראפלאן נעמט אריין 10 מאל אזויפיל פראכט ווי א קאוטש באס און געוויסע עראפלאן האבן נאך מער פלאץ. א 747 דזשאמבא עראפלאן, וועלכע נעמט ארויף 416 פאסאזשירן, קען האלטן ארום 5,330 קוביק פיס פון פראכט וועלכע איז אזויפיל ווי צוויי טרעילארס. עס זענען פאראן אסאך דזשאמבא עראפלאן וועלכע זענען צעטיילט צווישן פאסאזשירן און פראכט. אין אזא פאל קען דער עראפלאן ארויפנעמען 266 פאסאזשירן און האט פלאץ פאר 10,000 קוביק פיס פראכט.
די לופטליניעס פרובירן צו מאכן ווי מער געלט און שטופן אריין ווי מער פראכט צו מאכן די פאר דאלאר. יעדער עראפלאן האט זיך זיין מאס וויפיל פראכט און פאסאזשירן און סך הכל וואג ער מעג טראגן. אויב דער עראפלאן טראגט מער ווי ערלויבט דעמאלט קען עס ברענגן צו שטארקע אויפשאקלונגן און אומסטאבילקייט ווי עס איז געווען דער פאל פון א בריטישע קארגא עראפלאן וועלכע האט געקראכט אין העליפאקס, קאנאדע, באלד נאכ'ן אויפהייבן און אויספארשער האבן באלד שפעקולירט אז דער עראפלאן האט געטראגן מער וואג ווי ערלויבט.
דער וואג פון אן עראפלאן ווערט אויך געמאסטן לויט די וועטער און יעדער עראפלאן האט זיך זיינע אינסטרוקציעס לויט די וועטער קאטעגאריעס פון יעדע פלייט. די וואג פון קארגא קען מאכן א גרויסע חילוק אויף קלענערע עראפלאן און אמאל מוז מען טוישן די פאסאזשירן צו די פאדערשטע זיצן אויב די קארגא איז פיל און וועגט אויפ'ן אונטערשטן טייל פון דעם עראפלאן.
קארגא עראפלאן
רעדאַקטירןגרויסע שיפינג פירמעס ווי פעדעקס אדער יו-פי-עס פארמאגן זייערע אייגענע קארגא עראפלאנען וועלכע קענען זיין גרויסע און קליינע. ביידע פירמעס פארמאגן 747 דזשאמבא עראפלאנען וועלכע זענען ספעציעל געמאכט פאר קארגא און קען טראגן 26,000 קוביק פיס פון פעקלעך, וואס איז אזויפיל ווי 5 טרעילארס קענען ארייננעמען.
מען רעכנט מען שיפינג פלאץ לויט די צאל פאלעטס. א נארמאלע טרעילאר קען ארייננעמען איבער 20 פאלעטס און עס זענען פאראן וועגן וויאזוי אריינצושטופן אפילו מער. דער 747 קארגא עראפלאן קען ארייננעמען 30 פאלעטס פון קארגא אויפ'ן הויפט שטאק אבער אירע פאלעטס זענען גרעסער און רעכענען זיך 96 ביי 125 אינטשעס און הויך 120 אינטשעס. די פאלעטס ווערן געפאקט מיט א ספעציעלע שאכטל וועלכע מען רופט עירסטעיבעלס וועלכע האלט צוזאמען אלע פאלעטס און איז געווענליך אויסגעמאסטן לויט די גרויס פון דעם עראפלאן. אויסער די 30 פאלעטס קען דער עראפלאן ארויפנעמען נאך 14 פאלעטס אויפ'ן נידעריגערן שטאק און נאך 14 ספעציעלע קארגא שאטלעך וועלכע מעסטן זיך ביז 64 אינטשעס הויך. די אלע משאות ווערן אנגעלאדענט דורך ספעציעלע עפענונגן מיט וועלכע די עראפלאנען קומען גרייט און ווערן אנגערופן העטשעס. אויסער די ספעציעלע העטשעס קען מען אויפהייבן דעם עראפלאנ'ס נאז אויב מען דארף אריינברענגן א אויסערגעווענליכע משא. די קארגא עראפלאנען קומען אויסגעשטאט מיט ספעציעלע ראלער בלעכן וועלכע דרייען זיך און פירן די פאלעטס אריין און ארויס. איינמאל די פאלעטס ליגן אינעווייניג פארט עס אויטאמאטיש און רוקט זיך צו צו די נעקסטע פאלעט. עס איז אינטערעסאנט צו זען ווי שנעל מען לאדענט אפ א קארגא עראפלאן. עס קומען אן צוויי היילא טראקטארן און נעמען אפ איין פאלעט נאך די צווייטע ווען זיי קומען פון זיך אליינס צו פארן צום עק וואו מען נעמט זיי אפ.
סופער טראנספארטערס
רעדאַקטירןדי סופער טראנספארטערס זענען עראפלאנען וועלכע זענען געבויט און דעזיינט געווארן נאר צו טראגן ריזיגע חפיצים וועלכע קענען אפילו נישט אריינגיין אין א 747 עראפלאן. מען טראנספערירט היינט גרויסע טראקס און אויך עראפלאנען אויף קארגא עראפלאן. פאר אזא משא פארלאנגט זיך א ספעציעלע טראנספארטער. די סופער טראנספארטערס ווערן געבויט מיט א נידעריגע פילאט קאבינעט און א ריזיגע עפענונג העכער איר וועלכע עפענט זיך די ברייט פון דעם גאנצן עראפלאן. דאס מיינט אז יעדע משא וואס דער עראפלאן קען טראגן קען גרינג אריינגיין דורך די עפענונג. די הויפט מעלה פון די סארט עראפלאן, איז אז די גאנצע קארגא ארט איז איין גרויסע און לאנגע קארידאר וואו עס קען אריינפארן לאנגע טרעילארס און ריזיגע טאנקן פון פליסיגע סחורה. אלעס אינאיינעם קען דער סופער טראנספארטער אויפנעמען 47 טאן פון קארגא וועלכע איז זייער אסאך אבער עס זענען פאראן פעלער ווען מען דארף נאך גרעסערע עראפלאן, צום ביישפיל די מיליטער וועלכע פירט עטליכע טאנקן אין איין עראפלאן מוז האבן בעסערע עראפלאן פון דעם סופער טראנספארטער ווייל א טאנק קען וועגן 65 טאן וועלכע איז פיל מער ווי דער סופער טראנספארטער קען פארטראגן. דער גרעסטער טראנספארטער עראפלאן אין די וועלט איז די אנטאנאוו 225 וועלכע קען ארויפנעמען ביז 250 טאן קארגא און קען ארייננעמען 4 גרויסע מיליטערישע טאנקן. די אנטאנאוו איז א רוסישער געבויטער עראפלאן וועלכע איז ארגינעל געבויט געווארן צו טראנספערירן די קאסמאס שאטל בוראן אין די אנפאנג 90'ער יארן. די פלענער האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט ווייל דער עראפלאן איז נישט גרייט געווארן צו פליען. מען האט נישט געהערט פון די גרויסע עראפלאן ביז אין 01' ווען די אינדזשענירן האבן געמאכט איר ערשטן טעסט פלייט און איז דורך זייער סוקסעספול. דער אנאטאוו 225 איז א גיגאנטישע מאשין און אירע פליגלן שטרעקן זיך אויס די לאנג פון א סיטי בלאק און איר קערפער קען אנטהאלטן 80 אויטאס.
היסטאריע
רעדאַקטירןווען אוויאציע איז אויפגעכאפט געווארן אין די וועלט האט מען געזוכט וועגן וויאזוי מען קען מאכן א נוצן דערפון און איינע פון זיי איז געווען צו נוצן עראפלאן פאר פראכט. די ערשטע קארגא פלייט איז רעקארדירט געווארן אין 910' ווען א גרויסע דעפארטמענט קייט געשעפט האט געשיקט א משא פון זיידן פון דעיטאן צו קאלומבוס, אהייא. די געשעעניש איז ברייט פובליצירט געווארן אין די אהייא צייטונגן וועלכע האבן געצייגט אז די שיפמענט האט איבערגעיאגט די עקספרעס באן וועלכע פארט צווישן די צוויי סיטיס. אין 919' האט אמעריקן רעילוועי עקספרעס געפירט 1,100 פונט סחורה פון וואשינטאן די-סי קיין שיקאגא אין א איבערגעמאכטע מיליטערישער באמבארדיר עראפלאן. די פירמע האט פרובירט צו ברעכן א רעקארד אבער זי איז דורכגעפאלן ווען דער עראפלאן האט געמאכט פראבלעמען אינמיטן וועג און איז געווען געצווינגן צו לאנדן אין אהייא. אמעריקע האט אנגעהויבן ערנסט נוצן עראפלאן פאר פראכט אין די 920' יארן און די גרויסע פירמעס האבן בענעפעטירט דערפון ווען זיי האבן געקענט באקומען סחורה פון די אנדערע עק וועלט זייער שנעל און אויך האבן זיי מיט דעם געשפארט אסאך געלט ווען זיי האבן געהאט צייט צו קויפן סופלייס שפעטער און האבן געשאפן א קלענערע אינווענטארי אויפהאלטונג ווען די סופלייס זענען ערשט אנגעקומען ווען מען האט זיי טאקע שוין געדארפט. שטודיעס ווייזן אז לופט פראכט האט זייער שנעל געוואקסן אין קאנטראסט צו פאסאזשיר פליען וועלכע האט גענומען לענגער איינצופעדעמען. די שטודיעס ווייזן אז אין 927' האבן אמעריקאנער פירמעס געשיקט ארום 49 טויזענט פונט פראכט דורך עראפלאן און צוויי יאר שפעטער האט די ציפער געהאלטן ביי 260 טויזענט פונט. אמעריקען רעילוועי איז געווען די ערשטע און איינציגסטע עירליין פירמע וועלכע האט געגעבן לופט פראכט סערוויס. די צווייטע פירמע איז געווען הענרי פארד וועלכע האט איבערגעיאגט אמעריקן רעילוועי עקספרעס און האט ביז עטליכע יאר געפירט איבער 3 מיליאן פונט. פארד'ס גרעסטע קאסטומער איז געווען די יו-עס פאסטעל סערוויס וועלכע האט אנגעהויבן שיקן מיט עראפלאן אין 929'. אסאך אינוועסטירער האבן אומסקוסעספול פרובירט צו גרינדן קאמערציאלע עירליין פירמעס נאר פאר קארגא אבער אמעריקע איז נאך נישט געווען גרייט דערצו ביז נאך די צווייטע וועלט קריג ווען לופט פראכט איז געווארן זייער פאפולער און די נאציאנאלע עיר טרענספארטעישן עירליין האט זיך געגרינדעט נאר פאר קארגא. עס זענען געקומען און געגאנגען צענדליגער קארגא עירליין פירמעס אבער קיינער האט נישט מצליח געווען וויל עס איז נאך אין יענע צייטן נישט געווען אזא שטארקע פארלאנג דערפאר. נאך די קריג האבן די 4 גרעסטע עירליינס, יונייטעד, אמעריקן, טי-דאבעליו-עי, און איסטערן געגרינדעט די גרויסע עיר קארגא פירמע וועלכע האט אין אנפאנג אויסגעקוקט פאזיטיוו ווען זיי האבן באקומען גוטע קאנטראקטן מיט פירמעס און די יו-עס פאסטעל סערוויס צו טראגן פראכט פון ניו יארק קיין שיקאגא און צוריק. אבער אין די ענדע איז עס אויך דורכגעפאלן און די עירליין האט זיך פארשלאסן נאך 6 מאנאטן אין אפעראציע. עטליכע יאר שפעטער האבן די אלע פירמעס געגרינדעט זייער אייגענע קארגא ליניעס. אין די 10 יאר נאך די קריג האבן מערערע פירמעס ווידער פרובירט אריינצוקומען אין די קארגא מארקעט אבער אויך נאך דעמאלט האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען ווייל די גרויסע פאסאזשיר עירליינס האבן אונטערגעשטעלט א פוס אויס מורא אז דאס וועט ברענגן אומסטאביליזאציע אויך אין די פאסאזשיר סעקטאר. די גרויסע עירליינס האבן אפעלירט אין געריכט ברענגנדיג א לאנגע קאמף וועלכע האט אין די ענדע נאר ערלויבט 4 פירמעס ווייטער אנצוגיין מיט זייערע אפעראציעס. זיי זענען געווען: סליק, פלייאינג טייגער, יו-עס עירליינס, און עירנוס. פון די 4 האבן נאר סליק און פלייאינג טייגער איבערגעלעבט. יו-עס עירליינס האט געליטן פון א רייע עקסידענטן און האט שפעטער באנקראטירט און עירנוס האט קיינמאל נישט מצליח געווען און האט זיך אויך עווענטועל פארשלאסן אביערלאזנדיג די קארגא מארקעט פאר סליק עירליינס און פלייאינג טייגער.
די צוויי לופטליניעס האבן געמאכט געלט אבער די שטארקע קאנקורענט פון די גרויסע פאסאזשיר עירליינס האבן געסטראשעט זייער עקזיסטענץ. ביי א געוויסן נידעריגן פונקט האבן די צוויי פירמעס באשלאסן זיך צו פאראייניגן זיך צו קענען שטעלן קעגן די גרויסע עירליינס. די פאראייניגונג האט זיך אבער נישט אויסגעארבעט צוליב ארבייטער פראבלעמען און די פירמעס האבן זיך צוריק צעטיילט. סליק איז געווען געצווינגן אפצושטעלן אירע אפעראציעס פאר צייטווייליג צוליב פינאנציעלע פראבלעמען. ווען זי איז צוריקגעקומען אין די מארקעט האט זי אבער שוין נישט געהאט קיין פלאץ און אויך די פירמע האט זיך פארמאכט. אמעריקע איז דאן איבערגעבליבן מיט איין פלייאינג טייגער וועלכע איז געבליבן די איינציגסטע לופט פראכט עירליין מיט גוטע קאנטראקטן פון די רעגירונג און מיליטער. מיט אלע האפענונגן און וואקסנדיגע אינדוסטריס אין לאנד האט אבער די לופט פראכט פירמעס נישט גענוג מצליח געווען און מען האט נישט געמאכט צופיל געלט דערפון. די פרייזן זענען געווען אומסטאביל און די פירמעס האבן געלעבט אין א געוויסע צעמישעניש. די ערשטע קאמערציאלע פירמע וואס האט ערנסט אנגעהויבן נאן-סטאפ פראכט סערוויס איז געווען יונייטעד עירליינס ערשט אין די מיטעלע 60'ער יארן. אין די מיטעלע 70'ער יארן האט זיך די גאנצע לופט פראכט אינדוסטרי געטוישט ווען א יונגער ביזנעסמאן מיט'ן נאמען פרעד סמיט האט באשלאסן אז די פאראייניגטע פאסאזשירן און פראכט עירליינס איז נישט די ריכטיגע צוקונפט פאר די לופט פראכט אינדוסטרי ווייל די דעסטינאציעס און צילן פון די צוויי אינדוסטריס זענען זייער אנדערש און דאס פארלאנגזאמט די פראכט דעליווערי. סמיט האט גענומען אסאך פינאנציעלע הילף און געגרינדעט די פעדערעל עקספרעס פירמע אין טענעסי מיט'ן ציל צו טראגן פראכט און זיי דעליווערן אין צייט. פעדערעל עקספרעס איז באקאנט געווארן מיט זייערע גאראנטירטע סערוויס און האבן געעפענט א "נעקסט דעי" גאראנטירטע סערוויס וועלכע האט שטארק געפאלן די אמעריקאנער פירמעס. פעדערעל עקספרעס אפעראציעס האט זיך שוין אנגעהויבן אין 973' און אין 976' האט שוין די פירמע געוויזן א פראפיט. די פעדערעל עקספרעס סוקסעס איז געווארן דער געשפרעך פון טאג און יעדער האט באוואונדערט די פונקטליכקייט פון זייערע סערוויסעס. אין 982' האט זי פארמאגט 76 אייגענע עראפלאן און האט פארדינט איבער א ביליאן דאלאר, אן אומדערהערטע זאך פאר א פירמע וואס איז נאר 10 יאר אין ביזנעס.
אין 89' האט פעדעקס זיך פאראייניגט מיט פלייאינג טייגער און האט געטוישט איר נאמען צו פעדעקס וועלכע איז א קערצערע נאמען פאר פעדערעל עקספרעס. מיט די פאראייניגונג איז די פירמע געווארן די גרעסטע קארגא פירמע אין די וועלט וועלכע באהאנדל'ט 5.5 מיליאן פעקלעך פער טאג. די פירמע פארמאגט היינט 650 עראפלאן און 71,000 טראקס און פארדינט 26 ביליאן דאלאר א יאר. אן ענליכע פירמע וועלכע איז מיט די יארן געווארן א שטארקע קאנקורענט צו פעדעקס איז יו-פי-עס וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן מיט איבער 100 יאר צוריק אלס א ביציקל דעליווערי פירמע. ווען לופט פראכט איז געווארן אויפגעכאפט האט יו-פי-עס אנגעהויבן נוצן עראפלאן פאר זייערע דעליוועריס וועלכע האט זיך שוין דעמאלט געהאט פארשפרייט איבער'ן גאנצן לאנד. אין 988' האט יו-פי-עס געגרינדעט איר אייגענעם לופט אפעראציע און איז באלד געווארן פון די גרעסטע עיליין פירמעס אין די וועלט טראגנדיג ארום 2 מיליאן פעקלעך פער טאג נאר אין זייערע עקספרעס סערוויס אליינס. היינט צו טאג איז די לופט פראכט אינדוסטרי צעטיילט צווישן די ריזיגע פעדעקס, יו-פי-עס, א רייע קלענערע קארגא פירמעס, און עטליכע פאסאזשיר ערליינס אין שפיץ פון יונייטעד ערליינס.