אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאה אסתר האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏געשיכטע: געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 6:
==די צווייטע וועלט קריג און דער נס פון דעם רעטונג==
אין [[ה'תש"ד]], אומגעפער צוויי יאר נאכדעם וואס די [[צווייטע וועלט קריג]] איז אויסגעבראכן און דער אונגארישער יידנטום איז ליידער כמעט אינגאצן אויסגעמעקט געווארן פון דער ערד, די עלטערן פון דער רעביצין ביידע צוזאמען אינאיינעם מיט איר איינציגער ברודער הבחור יחזקאל שרגא זענען געשיקט געווארן קיין [[אוישוויץ]] און אומגעקומען על קידוש ה'. [[ח' אייר]] [[ה'תש"ד]] אויף א וואונדערליכן אופן, עס איז געלונגען פאר דער רעביצין צוזאמען מיט איר מאן דער רבי און זייערע טאכטער די סקווערער רעביצין זיך ראטעווען פון טויט. דער וויזשניצער רבי האט דערציילט אז ווען דער גוי וואס האט זיי געשמוגלט דורך דעם [[גרענעץ]] פון [[אונגארן]] האט פלוצלונג געהערט וויאזוי דאס פיצל קינד חנה'לה (סקווערער רעביצין) האט אויסגעבראכן אין א געוויין און לא עלינו ער האט געוואלט איר דערשטיקן, אבער בחסדי שמים איינער פון די אנוועזענדע האט צופעליג געטראפן א צוקערל, און נאכדעם וואס זי האט געגעסן דעם צוקערל האט זי זיך בארואיגט און איינגעקויפט, און אויכעט דער גוי האט זיך איבערגעצייגט אז דאס פיצל עופעלע איז נישט קיין געפאר און מען קען רואיג און מיט זיכערהייט אדורכגיין דעם גרענעץ אהן קיין פארהאק און שטערונג אדער חלילה ווערן געכאפט ביי די [[נאציזם|נאציס]] ימח שמם.
==ארץ ישראל==
ווען זיי זענען ענדליך אנגעקומען אין [[ארץ ישראל]], אנפאנג האבן זיי געוואוינט אין [[תל אביב]] נאהנט צום [[וויזשניצער ישיבה]] (נאך איידער האט מען אריבערגעפירט דער ישיבה קיין [[בני ברק]]).
וויבאלד די מערהייט פון די בחורים זענען געווען מלחמה איבערלעבערער, די רעביצין האט זיי געשוינט גאר שטארק און מקבל געווען אויף זיך צו זיין אזוי ווי א אייגענע מאמע פאר זיי און מאכן זיכער אז עס פעלט זיי גארנישט. זייער אפט פלעגט זי זיי באגלייטן צו דאקטוירים, און אויב עד האט פאסירט אז א בחור האט געדראפט האבן א ספעציעלער שפייז צוליב זיין געזונט צושטאנד, פלעגט זי שטייען און קאכן פאר איהם, טראצדעם וואס פאר זיך און פאר אירע משפחה האט זי קוים געהאט עסן.
אויכעט פלעגט זי מיט איר מאן דער רבי זייער אפט פירן אונטער דער חופה בחורים יתומים פון דער ישיבה וואס האבן ליידער פארלוירן זייערע עלטערן אין דער מלחמה.