אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאה אסתר האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏געשיכטע: געפוצט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 2:
 
==געשיכטע==
די רעביצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין יאר [[ה'תרפ"א]] אין [[אונגארן]] צו איר פאטער הרה"ק רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון [[דעעש (הויף)|דעעש]] און צו איר מוטער מרת סאשא, א טאכטער פון רבי יעקב שמשון קאנער פון [[טשעחויוו]] וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי [[משה האלבערשטאם (שינאווא)|משה האלבערשטאם]] פון [[שינאווא (הויף)|שינאווא]], א זון פון הרה"ק דער [[יחזקאל שרגא האלבערשטאם|דברי יחזקאל]] און אן אייניקל פון הרה"ק דער [[חיים האלבערשטאם|דברי חיים]] פון [[צאנז (הויף)|צאנז]]. לאה האט זי געהייסן נאך רעביצין לאה קאנער, די ווייב פון רבי משה קאנער, וואס איז געווען אן איידעם ביי דעם [[חיים האגער (קאסאוו)|תורת חיים]] פון [[קאסאוו]], און דעם נאמען "אסתר" האט זי געטראגן נאך די רעביצין פון רבי משה פון שינאווא, מרת אסתר מינדל.
[[ב' ניסן]] [[ה'תש"ב]] איז געפראוועט געווארן אין שטאט דעעש איהר חתונה מיט דעם הייליגן "ישועות משה" פון [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]]. א יאר נאכן חתונה האבן זיי אריבערגעצויגן אין שטאט [[ווילחאוויץ]] וואו רבי משה יהושע האט געדינט אלס א רב.
תש"ד ווען די [[צווייטע וועלט קריג]] האט אויסגעבראכן און דער אונגארישער אידנטום איז ליידער כמעט אינגאצן אויסגעמעקט געווארן פון דער ערד, די עלטערן פון דער רעביצין ביידע צוזאמען אינאיינעם מיט איר איינציגער ברודער הבחור יחזקאל שרגא זענען געשיקט געווארן קיין [[אוישוויץ]] און אומגעקומען על קידוש ה'. בניסי ניסים עס איז געלונגען פאר דער רעביצין צוזאמען מיט איר מאן דער רבי און זייערע טאכטער די סקווערער רעביצין זיך ראטעווען פון טויט און אנקומען קיין [[ארץ ישראל]]. אנפאנג האבן זיי געוואוינט אין [[תל אביב]] נאהנט צום [[וויזשניצער ישיבה]] (נאך איידער האט מען אריבערגעפירט דער ישיבה קיין [[בני ברק]].