אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הרוגי מלכות פונעם ראטנפארבאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
 
אויף דער נאכט פון [[12טן אויגוסט|12טן]]- 13טן אויגוסט [[1952]] האט מען [[הינריכטונג|הינגעריכט]], אויפן באפעל פון [[סטאלין]], דרייצן אנגעזעענע [[יידיש-]] [[שרייבערס]] פון [[סאוועטן פארבאנד]]. צווישן די '''[[הרוגי מלכות]]''' האבן זיך געפונען [[שלמה לאזאווסקי]], [[פרץ מארקיש]], [[לעאן טאלמי]], [[לייב קוויטקא]], טשיייקאטשאַאיקא וואטענבערג-אסטראווסקאיא, עמיליא טיאמין, בנימין זוסקינד, איליא וואטענבערג, [[יוסף באריס שימעלאוויטש]], יוסף יוזעפאוויטש, [[דוד האפשטיין]], [[איציק פעפער]] און [[דוד בערגעלסאן]]. אויף [[רוסיש]] הייסט די נאכט '''Ночь казнённых поэтов''', ''די נאכט פון די הינגעריכטע דיכטער''.
 
חוץ די דאזיקע [[שרייבער]]ס, וואס מע האט כלומערשט "געמישפט" אויף א צענטארלן פראצעס, זיינען דערצו נאך ארעסטירט געווארן סך-הכל 110 מענטשן. "צען פון זיי האט מען דערשאסן, 89 געשמאכט אין "גולאג", איין מענטש איז פארשיקט געווארן צו די ווייסע בערן. פינףפינעף מענטשן -- אזעלכע ווי דער ליטעראטור-קענער יצחק נוסינאוו און און דער שפראכקענער עלי ספיוואק -- האבן ניט אויסגעהאלטן די פייניקונגען און געשטארבן אין תפיסות. פינףפינעף מענטשן האט מען נייטניט באוויזן דיצי פארמישפטן (צווישן זיי איז געווען דער פראזאיקער עלי שעכטמאן), און זייי האט מען ארויסגעלאזט אין קורצן נאך סטאלינס טויט." ([[גענאדי עסטרייך|ג. עסטרייך]], [[פארווערטס]], 13טן אויגוסט, 2004).
 
אנגעהויבן האבן זיך די סאוועטישע רדיפות אויף יידיש-שרייבערס און קולטור-טוערס נאך אין די 30ער און 40ער יארן ווי א טיייל פון דער "ליקווידאציע" פון דער יידיש-קולטור אין פארבאנד בכלל. די [[גזירה]] פון 12טן אויגוסט האט זיך גענומען דערפון, וואס די סאוועטישע [[רעגירונג]] האט געהאלטן די שרייבערס פאר צו "[[נאציאנאל|נאציאנאליסטיש]]", ד"ה צו יידישלעך[[ייד]]ישלעך.
 
== ביכער ==
* [[אלעקסאנדער פאמעראנץ]], '''די סאָוועטישע הרוגי מלכות''', (צו זייער צעהנטן יאָהרצייט), וועהגן דעהם טראַגישן גורל פון די יודישע שרייבערס און דער יודישער ליטעראַטור אין סאָוועטנלאַנד, עסייען - קריטיק - בריוו - ביאגראפיעס - בילדער, [[ייווא]], [[בוענאס איירעס]], [[ה'תשכ"ב]].
 
== וועבלינקען ==
* [http://yiddish.forward.com/oldarchive/080803]
 
[[קאַטעגאָריע:רוסלאנדראטנפארבאנד]]
[[קאַטעגאָריע:אנטיסעמיטיזם]]
[[קאטעגאריע:פארברעכנס]]