אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה לוריא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
רבי '''שלמה לוריא''' ([[ה'רע"א]] לערך - [[י"ב כסלו]] [[ה'של"ד]]), באקאנט אלס '''מהרש"ל''' אדער '''רש"ל''', איז געווען פון די גרויסע רבנים[[רב]]נים אין [[פוילן]] אינעם זעכצנטן יאר הונדערט.
 
ער האט מחבר געווען עטליכע ספרים, צווישן אנדערן דעם באוואוסטן ספר [[ים של שלמה]]. אין רוב ש"סן ווערן געדרוקט זיינע הגהות אויף [[תלמוד בבלי]] אונטערן נאמען [[חכמת שלמה]].
 
== לעבנסגעשיכטע ==
דער מהרש"ל איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יחיאל בערך אין יאר ה'רע"א אין דעם [[בריסק]]ער געגנט.
 
אין די יוגנט האט ער געלערנט אין [[פוזנא]] און זייענדיג אלט פינף און צוואנציג איז ער צוריק צו זיין געבורטס שטאט בריסק וואו ער איז א [[חתן]] געווארן צו ליפקא, די טאכטער פון הרב [[קלונימוס האבערקאסטן]] וואס איז געווען ראש ישיבה אין בריסק.
 
נאך זיין [[חתונה]] האט ער אויפגעשטעלט א [[ישיבה]] אין בריסק וואו ער איז געווען דער ראש הישיבה ביז ער איז אלט געווארן פערציג יאר וואס דאן איז אריבער קיין [[אסטראה]]. און שפעטער איז ער אריבער ווערן ראשי ישיבה אין [[לובלין]].
 
דער מהרש"ל איז נסתלק געווארן אין לובלין אין עלטער פון דריי און זעכציג יאר אום י"ב כסלו אין יאר ה'של"ד.
שורה 16:
* רבי [[שלמה אפרים פון לונטשיץ]], מחבר פון ''כלי יקר'' און ''עוללות אפרים''
 
== זיינע ספרים ==
* [[חכמת שלמה]]
* א פירוש אויף די [[זמירות שבת]]
* [[ים של שלמה]]
* [[יריעות שלמה]]
* [[עמודי שלמה]]
* שאלות ותשובות און פסקים
 
אויסערדעם איז געליבן אין כתב יד חידושים אויפן [[טור]] און נאך.
 
{{גרונטסארטיר:לוריא, שלמה}}