אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליובאוויטש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ Bot: Migrating 18 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q737685 (translate me)
שורה 64:
== אידיש ==
זיי פרובירן צו פרעזערווירן די אידישע שפראך. אז יעדע קינד מוז מיטהאלטן די שיחות פון רבין און דאס איז דאך אלץ אויף אידיש דעריבער אפילו זיי זענען רוב בעלי תשובות לערנען זיך זייערע קינדער אידיש אלס אידישע שפראך. אויך זאגן זיי אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן אז מ'זאל רעדן בלויז אידיש.[http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2193886]
 
== א ביסל אנדערש ווי סתם חרדים ==
זיי האבן אסאך אייגענארטיגקייטן וואס טוט זיי אפטיילן פון אלגעמיינע [[חרדים]]. דער הויפט ראלע איז דעם אז פון איין זייט פירן זיי זיך מאדערן ווי די [[ליטוואק|ליטוואקעס]], רעדענדיג אויך ענגליש און גייענדיג אנגעטאן ווי זיי (כדי זיי זאלן קענען האנדלען מיט פרייע מענטשען), אבער פון די אנדערע זייט פלאקערן זיי ווי [[חסידים]], וואס זיי רעדן אידיש און אין די גרויסע קהילות זייערע לערנען נישט די קינדער אין [[חדר]] "לימודי חול" אוסער די וויכטיגסטע פעכער ווי [[ענגליש]] און [[מאטעמאטיק]], און אין די גרויסע קהילות ווי אין קרוין הייטס, און אין [[כפר חב"ד]], עס זיינען פאראן חדרים וואס לערנען אפילו דאס נישט.
 
# זיי באנוצן זיך מיט מאדערענע טעכניק, ווי למשל מאנכע פון זיי האבן [[אינטערנעט]], [[ווידעא]], וועלכע ווערן גענוצט אויף גוטע צוועקן, ווייטער וואס די אלגעמיינע חרדים האבן געאסערט און דאס האלץ צוליב "הפצת המעיינות" דאס מיינט צו פארשפרייטן אידישקייט און חסידות דורך אט די מאדערנע טעכניק צו מענטשן וואס זענען נאך נישט קיין פרומע אידן .
# זיי שלאפן נישט אין דער [[סוכה]] צוליב די גרויסע הייליגקייט פון דער סוכה "מקיפין דבינה", די אורות וועלכע קומען אין סוכה און "לאזן" נישט אז מ'זאל דארטן שלאפן. אויך אנדערע חסידים פירן זיך אזוי ווי למשל בעלז, זייער רבי האט א מאל מסביר געווען פארוואס דאס איז נישט קעגן דער הלכה (לקוטי שיחות חלק כ"ט שיחה לחג הסוכות) .
# זיי וואשן זיך נישט קיין [[שלוש סעודות]], נאר זענען יוצא מיט [[מזונות]], [[פרוכט|פירות]], און דברי תורה. אויך דאס איז זייער רבי מסביר ווי דאס שטימט מיט דער הלכה (לקוטי שיחות חלק כ"א שיחה ב' לפרשת בשלח).
זייערע אדמו"רים זענען די [[בעל התניא]] כ"ק אדמו"ר ר' [[שניאור זלמן נבג"מ]]. זיין זון ,דער מיטעלער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' [[דובער נבג"מ]]. דער [[צמח צדק]], כ"ק אדמו"ר ר' [[מנחם מענדל נבג"מ]], אן אייניקל פון די בעל התניא און אן איידעם פון די מיטעלער רבי, דער רבי מהר"ש, ר' [[שמואל שניאורסאהן|שמואל]] א זון פון צ"צ. זיין זון דער רבי רש"ב, כ"ק אדמו"ר ר' [[שלום דובער נבג"מ]]. זיין זון דער [[רבי ריי"ץ]] כ"ק אדמו"ר ר' [[יוסף יצחק נבג"מ]]. און זיין איידעם, דער כ"ק אדמו"ר רבי [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] דער לעצטער רבי פון ליובאוויטש. פון דעם לעצטען רבי זענען ארויס גיגעבען געווארן מער אלס 60 בענדער פון חידושי תורה אויף ש"ס, רמב"ם, שולחן ערוך און אין ענייני חסידות און קבלה. און אויך 42 בענדער פון מכתבי תורה פון אים, ער האט ג'שם'ט אלס א ריזיגער גאון און צדיק וועלעכער האט מקרב גיווען צענדליקע טויזנטער אידן צו אידישקייט.
 
== וועבלינקען ==