אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משולם פייש לאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארראכטן גראמאטיק גרייזן
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Rebbe tosh.jpg|כ"ק אדמו"ר פון טאהש|קליין|250px]]
רבי '''משולם פייש סג"ל לאָווי''' ([[אונגעריש]]ער נאמען: '''Lőwy Ferencz''') איז דער פערטער און היינטיקער [[אדמו"ר|רבי]] פון דעם [[טאהש (הויף)|טאהשר הויף]]. ער האט אויפגעשטעלט קרית טאהש, [[קאנאדע]], וואו ער וואוינט. פון די לענגסטע רבי'ס היינטיגע צייטן, ער האט אנגעהויבן פיהרןפירן זיין רעביסטווע ארום תש"ח. ער האט זיך נישט געמישט אין קיין שום חסיד'ישע מחלוקת קיינמאל אין זיין לעבן. אן היסטארישער בעל [[צדקה]]. מיט פאסירונגען פון זיינע טיילן געלטער פאר ארימעלייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן.
 
== אפשטאם ==
רבי משולם איז געבוירן אדר תרפ"ב אין [[טאש]], [[אונגארן]] צו זיין פאטער רבי מרדכי לאווי, שפעטער אבדק"ק פון [[דעמעטשער]], א זון פון רבי אלימלך לאווי, דער סבא קדישא פון טאהש, א זוהןזון פון רבי משולם פייש סג"ל לאווי, און צו זיין מוטער מרת צירל, די טאכטער פון ר' יעקב פעקעטע פון נירבאטור.
ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן רבי אלימלך סג"ל לאווי, וואס האט גאר שטארק מחבב געווען זיין אייניקל, והעיד עליו אז ער וועט נאך זיין א פועל ישועות בקרב הארץ. ווען ער האט געווען צוועלף יאר אלט, איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין פעטער, רבי אשר לאווי, אין קאלוב. אין יאר תש"ג, מיטן [[צווייטן וועלט קריג]], האט מען אים געשלעפט צום אונגארישער ארבייטסארבעטס-דינסט (מונקא-טאבאר) און געשיקט נאך איינעם לאגר אין קאשוי. שפעטער האט מען אים געפירט צום לאגער אין [[מארגארעטין]]. דארט איז ער באפרייט געווארן דורך די [[רויטע ארמיי]] ווען זיי האבן איינגענומען די שטאט.
 
אין יאר תש"ו האט ער חתונה געהאט מיט מרת חווה די טאכטער פון רבי יהודה וויינגארטן, אן אייניקל פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. די איבערלעבנדע טאהשער חסידים האט אים באשטימט אלץ רבי. ער האט זיין הויף אין [[נירעדהאז]] געפיהרטגעפירט פאר צוויי און א האלב יאר ביז תשי"א, ווען ער האט אלה זיינע חסידים באפוילן צו אימיגרירן קין אויסלאנד צוליב די קאמוניסטישע רעגירונג.
 
ער האט זיך אריבער געצויגען אין [[מאנטרעאל]], [[קאנאדע]] אין אדר תשי"א. אין י"ד תשרי תשי"ג איז דעם טאהשער קהלה ([[פראנצויזיש]]: Tasher Congrégation) אין מאנטרעאל געגרינדעט געווארן. צעהן יאר שפעטער, אין תשכ"ג, האט ער געגרינדעט א שטעטל, "קריית טאהש". אנפאנג האט דאס שטעטל פארמאגט בלויז אכצן הייזער, כהיום וואוינען דארט קרוב צו פינף הונדערט משפחות.