אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאסעלע ראזנבלאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 22:
אין האמבורג האט ער געפייערט זיין פניף-און-צוואנציגסטער געבורטס טאג, און לכבוד דעם ארויסגעגעבן א ספר "תפילת יוסף" וואס האט אנטהאלטן פינף-און-צוואנציג רציטאטיווען. און שפעטער האט ארויסגעגעבן "זמירות יוסף" און "שבעה אופני הקידוש".
 
אום [[1טן יוני]] [[1912]], איז יאסעלע אנגעקומען קיין [[ניו יארק]], אויף די איינלאדענונג פון ביהמ"ד אוהב צדק. דארט איז ער געווארן שטארק פאפולער, און האט פארגעשטעלט א גאנצע רייע קאנצערטן, און אויפטריטן, אין [[פילאדעלפיע]], [[סקראנטאן]], [[באפאלא]], און נאך שטעט אויף דידער לענג און דידער ברייט פון די [[פאראייניגטע שטאטן]] און אייראפע. אויך האט ער רעקארדירט זיינע ניגונים אויף פאטיפאן.
 
אלע צייטונגען האבן געשריבן וועגן אים ווען די שיקאגא [[אפערע]] האט אים פארגעשלאגן טויזנט דאלער פאר אן אויפטריט אלס אלעזר אין "די יהודייה" צוזאמען מיט [[רויזע ראזי]] און ער האט עס אפּגעזאגט, ווייל עס פאסט נישט. אבער אין [[טעאטער]] האט ער געזינגען. ער איז פארגעשלאגן געווארן דורך [[ווערנער ברודער]], צו זיין אקטיאר אויפן ערשטע שטום-פילם, "[[דער דזשאז זינגער]]", אבער ער האט אפּגעזאגט, מיטן טענה אז עס פּאַסט נישט פאר א מענטש וואס דאוונט פארן עמוד צו ערשיינען אויף אזעלכע פארוויילונגען, ער האט אבער איינגעשטימט צו זינגען ניגונים וואס זענען נישט פון דאווענען.
 
אין 1925 האט ער רעזיגנירט פון אוהב צדק, און ארומגעפארן האלטן קאנצערטן איבער דידער וועלט כדי צו באצאלן זיינע חובות.
 
אין יאר [[1933]] איז ער געקומען קיין [[ארץ ישראל]], וואו מען האט געמאכט א פילם, און ער זינגט ניגונים אויף ארץ ישראל, ווי מען זעהט פארשידענע פאנאראמעס פון ירדן, קבר רחל און נאך.