אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמוניזם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.3) (באט: לייגט צו ext:Comunismu
טויזנענטער --> טויזנטער
שורה 50:
אווין האט געהאלטן אז די אינטערעסע פון די ארבייטער צו די אינדוסטרי וועט זיי געבן קוראזש צו אינוועסטירן און קויפן קאמאדיטיס (סחורה) און ווען ביזנעס וועט פארברייטערט ווערן וועט אליינס געגרינדעט ווערן סאציאליסטישע סאסייאיטיס געבויט און געפיטערט אויף ביזנעס.
 
ער איז געגאנגן נאך ווייטער ווען אין 825' האט ער אימיגרירט קיין אמעריקע וואו לאנד איז געווען ביליג און געקויפט א קאלאניע אין די היינטיגע סטעיט אינדיאנא און דאס נאמינירט ניו הארמאני (נייע רואיגקייט און פרידן). אין זיין קאלאניע האט ער איינגעשטעלט זיין סאציאלע סיסטעם מיט טויזענטערטויזנטער מענטשן וועלכע האבן אינאיינעם געארבעט אין די זעלבע אינדוסטרי און געלעבט מיט אייניגע רעכטן. ער איז אבער דורכגעפאלן און נאך דריי יאר איז די קאלאניע בטל געווארן.
 
דאס האט אים אבער נישט אפגעשטעלט פון גיין ווייטער און ביז דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן האט ער ווייטער פראקטיצירט זיין געדאנק און אויך אנדערע האבן אים נאכגעטאן אין אמעריקע, בריטען, און אין פראנקרייך.
שורה 56:
ווען מען קוקט צוריק אויף היסטאריע און מען באטראכט די מלחמות און עקאנאמישע פראבלעמען וואס אייראפע האט דורכגעמאכט אין דעם 18'טן און 19'טן יאר-הונדערט קען מען גרינג פארשטיין וויאזוי קאמוניזם האט געקענט געבוירן ווערן אינעם ערשטן פלאץ. מענטשן זענען געווען דערנידערט און דער צוקונפט איז געווען פארטונקעלט. קאפיטאליזם איז געווען צו די עקסטרעם און פאר וועמען עס איז נישט געלונגן צו נעמען א שריט איז געבליבן פארארעמט און דערנידערט.
 
די וועלט איז דורכגעגאנגן איר גרעסטע טויש אין טויזענטערטויזנטער יארן מיט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע און עס איז אויך געווען צייט צו מאכן א טויש אין רעגירונג סיסטעם. מען האט געהאט פארשידענע געדאנקען און עס האט געקאסט אסאך מוט, צייט, און בלוט ביז אויך דאס איז צושטאנד געקומען. אט דאס איז די היסטאריע פון קאמוניזם און טראץ איר דורכפאל וועט אסאך בלייבן צו פארדאנקן פאר אירע גרינדער און קעמפער.
 
== די געדאנקען פון מארקס און ענגעלס ==
שורה 98:
די נייע רעגירונג האט באלד געגעבן די קאנטראל פון פירמעס צו די ארבייטער, אייניגע רעכט צו מענער און פרויען, די פונאנדערטיילונג צווישן רעליגיע און שטאאט, און אנגעהויבן ארבעטען אויף פראגראמען וועלכע האט געמוטיגט נאטור-פארשונג-[[סייענס]], [[ליטעראטור]], און ארט-קונסט. א פלאן איז אויסגעלייגט געווארן פאר א פרייע העלט קעיר סיסטעם, א פרייע ערציאונג סיסטעם, פענסיעס צו אלע ארבייטער, און וואוינונגען פראגראמען, פאר יעדן אייניג. די רעגירונג איז באטראכט געווארן אלס די רעגירונג צו די מענטשן אין וועלכע קיין איינער, אפילו נישט לענין, האט באקומען באצאלט מער וויפיל א געלערנטער ארבייטער באקומט אין ביזנעס.
 
אבער די קאמוניסטישע רעגירונג איז נישט געגאנגן געשמירט אין די ערשטע יארן. רוסלאנד איז געווען אן ארים לאנד און סיי לענין און אויך מארקס און ענגעלס האבן געהאלטן אז זי וועט נאר קענען מצליח זיין אויב אויך אנדערע [[אייראפע]]אישע לענדער וועלן גיין צו קאמוניזם. דאס האט אבער נישט פאסירט הארט נאך די מלחמה ווען [[פינלאנד]], [[דייטשלאנד]], [[אונגארן]] און נאך לענדער האבן געצויגן לינקס. לענין האט שווער געארבעט צו באקומען נאך לענדער און נאר די רוסיש טעריטאריע ארומגענומענע מאנגאליע איז אים געלונגן צו באקומען. אויך פון אינעווייניג האט לענין געהאט אסאך שוועריקייטן ווען א רייע לינקע גרופעס האבן פרובירט זיך קעגנשטעלן די רעגירונג. לענין האט אויסגעליידיגט די רעגירונג פון יעדן פארדעכטיגטן און האט געארדענט זיין רויטע ארמיי צו באקעמפן די קאנטער-רעוואלוציאנערן. ביז 1921 איז רוסלאנד געווען אין א פולשטענדיגע ציווילע קריג צווישן די רויטע (קאמוניסטן) און ווייסע (אנטי-קאמוניסטן). לענין'ס רעגירונג האט אין יענע יארן אויפגעשטעלט א געהיימע פאליציי קראפט וועלכע האבן טעראריזירט, ארעסטירט, און אומגעברענגט צענדליגער טויזענטערטויזנטער אפאנענטן.
 
דורכאויס די קריג האט די קאמוניסטישע רעגירונג ווייטער אנגעהאלטן איר איבערגאנג פון [[קאפיטאליזם]] צו קאמוניזם אויף א ברייטן פארנעם. די רעגירונג האט נאציאנאליזירט אלע בענק, אינשורענס פירמעס (פארזיכערונג פירמעס), באן-רעלסן, און גרויסע פעקטאריס ([[פאבריק]]ן). אלע פריוואטע [[קאמערץ]] איז פארבאטן געווארן און אלע [[תבואה]] פון די פארווייטערטע געגענטער איז צוזאמענגעקליבן געווארן צו שפייזן דאס פאלק.
שורה 115:
סטאלין האט געברענגט א מעסעדזש מיט זיך וועלכע איז געווען אין קאנטראסט צו דעם ארגינעלן קאמוניזם קאנצעפט וואס קארל מארקס האט פארגעשריבן. לויט מארקס וואלט רוסלאנד אליינס נישט געקענט מצליח זיין אלס א קאמוניסטישע שטאאט נאר אויב די רייכע און מאכטפולע לענדער, ווי פראנקרייך, דייטשלאנד, און בריטען וועלן אויך ווערן קאמוניסטיש. סטאלין האט אדאפטירט אן איין לאנד סאציאליזם און געזאגט אז די יו-עס-עס-אר איז נישט אנגעהאנגן אויף אנדערע לענדער און וועט נישט פארברענגן צייט דערויף נאר ליבערשט ארבעטן אויף א מאדעל סיסטעם וועלכע אנדערע לענדער וועלן נאכפאלגן.
 
די רעגירונג אונטער סטאלין האט באלד אנגעהויבן בויען הונדערטער פעקטאריס וועלכע האבן פראדוצירט מאשינערי געצייג, אויטאמאבילן, מאטארן, עירקרעפט, דזשענערעיטארס, כעמיקאלן, אייזן, קוילן, און אויל. אבער סטאלינ'ס צוגאנג צו קאמוניזם איז געווען אנדערש ווי לענין וועלכער האט זיך באטראכט אלס א מעסיגער. סטאלין האט גענוצט די פולע מאט פון די רעגירונג פאר דעם קאמוניזם איבערטויש און האט געארדענט די ארעסטן פון צענדליגער טויזענטערטויזנטער וועלכע האבן געהאט אנדערע מיינונגן. די ארבעט איז געטאן געווארן דורך א פריש געגרינדעטע פאליציי כוח וועלכע האט זיך גערופן די עם-קעי-ווי-די. די ארעסטירטע זענען געפייניגט געווארן און הינריכטעט געווארן אין פובליק אן באקומען א געהעריגע משפט און אסאך אנדערע זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט'ס לאגערן אין סיביר.
 
עס ווערט געשאצט אז איבער 10 מיליאן מענטשן זענען ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן צו פארשידענע שטראפן דורכאויס די סטאלין הערשאפט נאר צוליב זייער קעגנערשאפט צו קאמוניזם. די ספעציעלע פאליציי כוח האט דירעקט געצילט געלערנטע מענטשן (סייענטיסטן, ארטיסטן, שרייבער, און שפילער) וועלכע האבן געהאט איינפלוס וואס האט געקענט זיין א שטער צו קאמוניזם.
שורה 127:
סטאלין'ס טויט אין 953' האט געברענגט א שווערע קאנטעסט צווישן די רוסישע פירער און דער געווינער איז געווען ניקיטע קרוטשעוו וועלכער איז געווען הויפט פון די קאמוניסטישע פארטיי אין מאסקאווע און אין אוקריינע. עס האט אים געדויערט 4 יאר ווילאנג ער האט גענצליך איבערגענומען די מאכט און א יאר דערויף איז ער אויך געווארן פרעמיער מיניסטער פון סאוויעט רוסלאנד.
 
קרוטשעוו איז אין פאקט געווען א געטרייער לוטענענט פון סטאלין אבער איינמאל ער האט איבערגענומען די פירערשאפט האט ער ברייט אראפגעריסן סטאלין'ס דיקטאטורישאפט ווועלכע איז באקאנט געווארן אלס די דע-סטאליניזאציע תקופה. הונדערטער טויזענטערטויזנטער ארעסטאנטן זענען ארויסגעלאזט געווארן פון טורמע און מיליאנען אנדערע האבן באקומען לייכטערע שטראפן ווי ארגינעל פאראורטיילט. קרוטשעוו האט קלאר געמאכט אז די סאוויעט יוניאן איז א שטאאט פאר יעדן און מער נישט קיין דיקטאטורישאפט.
 
אבער די די-סטאליניזאציע האט אינגאנצן נישט געמיינט א די-קאמוניזימאציע אין קרוטשעוו'ס אויגן. זיין רעגירונג האט גענוצט די אנטי סטאלין באוועגונג אלס א ציל צו הייבן די גייסט פון קאמוניזם און דאס האט זייער גוט געארבעט ווען דאס פאלק האט מיטגעשפילט און זיך פרובירט פארגלייכן מיט די ערייכונגן פון אמעריקע. רוסישע אנאליסטן האבן פאראויס געזאגט אז רוסלאנד וועט זיין אייניג ווי די אמעריקאנער לעבנ'ס סטיל ביז די 80'גער יארן און דאס האט געשטופט יונגע רוסישע סטודענטן צו פילע ערייכונגן אין טעכנאלאגיע אין סייענס, אריינגערעכנט די ספעיס פראגראם אין וועלכע רוסלאנד איז געווען מער פארגעשריטן ווי אמעריקע אין די ערשטע יארן.
שורה 133:
קרוטשעוו האט טאקע דעליווערט וואס ער האט צוגעזאגט, אבער זיין רעגירונג איז געווען די וואס האבן געצאלט דעם פרייז. קרוטשעוו איז באקאנט געווען מיט זיינע טיפע רעגירונג אויפשאקלונגן וועלכע ער האט עטליכע מאל אויפגעלעזט און ארומגעביטן, ביז ער איז געבליבן דער איינציגסטער קאבינעט באאמטער וואס איז פארבליבן מיט זיין ארגינעלע פאסטן זינט ער איז געווארן פארטיי סעקרעטאר. דאס האט געפירט ליאניד ברעזנעוו צו ברענגן קאנספיראציע'ס איבער די רעגירונג און צעביסלעך האט ער איבערגעצייגט די קאמוניסטישע פארטיי פירער צו באזייטיגן קרוטשעוו און ער האט איבערגענומען זיין ארט. דאס איז געווען אין 964' ווען קרוטשעוו איז געצווינגן געווארן צו רעזיגנירונג, און ברעזנעוו אינאיינעם מיט א געלערנטער עקאנאמישע אדמיניסטראטער האבן איבערגענומען די לייצעס פון די רעגירונג וועלכע איז געשטאנען אין אירע בעסטע יארן זינט די צווייטע וועלט קריג.
 
מיט די אריינטרעטונג פון ברעזנעוו האט זיך געענדיגט די די-סטאליניזאציע תקופה און די רעגירונג האט ווידער אנגעהויבן ארעסטירן טויזענטערטויזנטער און פארבאטן אנצוגיין מיט אנטי סטאלין באוועגונגן. די קאמוניסטישע פאליציי איז געווארן די וועלט באוואוסטע קעי-דזשי-בי וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט'ן פארשן און פייניגן די אנטי קאמוניסטן און רעגירונג שפעקולירער. אסאך אנגעזעענע שרייבער און פארטיי פירער זענען פארטריבן געווארן פון לאנד אדער אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע.
 
דאס געלט וואס רוסלאנד האט פארמאגט איז פארנוצט געווארן פאר מיליטערישע עריייכונגן ווען די קאלטע קריג איז שוין געווען אין פולן שוואונג. דאס האט אריינגעפירט רוסלאנד'ס עקאנאמיע אין טיפן אפגרונד און די רעזולטאט איז געווען, דער עווענטועלער צוזאמענפאל פון די סאוויט יוניאן . די סאוויעט יוניאן האט פשוט נישט געקענט קאנקורירן מיט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע האט גענאסן פון א געזונטע עקאנאמיע ווען אין דער זעלבער צייט זענען די רוסישע געגאנגן הונגעריג. די שטיצע פאר קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן איר מאמענטום און דערצו איז ברעזנעוו קראנק געווארן און די רעגירונג האט פארפעלט צו ראטעווען דעם מצב.
שורה 162:
דער יונגער מעא איז דאן אויפגעקומען מיט א פלאן אין וועלכע די קאמוניסטישע פארטיי האט אנגעהויבן אינשטעלן דעם קאמוניסטישן מאדעל אין די פארווייטערטע שטעטלעך וואו עס האבן געוואוינט די ארימע פארמער און האבן גרינג צוגעשטימט דערצו. ביז א שטיק צייט האט די פארטיי דעקלערט זעלבסטשטענדיקייט אלס די דזשיאנגקסי סאוויעט רעפובליק וועלכע האט אויך געהאט אן ארמיי, באקאנט אלס די רויטע ארמיי.
 
ווי נאר מעא האט דעקלערט זעלבשטענדיקייט האט די קאמינטאנג ארמיי מארשירט צו די קאמוניסטישע טעריטאריעס און עס האט אויסגעבראכן א מלחמה. אין אנפאנג האבן די קאמוניסטן געהאט די אויבערהאנט אבער ביז עטליכע וואכן האט די קאמינטאנג ארמיי ארומגערינגעלט דזשיאנגקסי און די קאמוניסטן זענען געווען געצווינגן צו אנטלויפן. מעא האט דאן געהאט אן ארמיי פון 80,000 מענער וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט אריין אין גלות זוכנדיג א נייעם ארט וואו צו לאנדן. דאס איז געווען א מארש פון איבער א יאר ביז די רויטע ארמיי איז אנגעקומען אין שאנקסי פראווינץ אין צפון צענטראל כינע. אבער די לאנגע וועג פון איבער א יאר איז געווען באגלייט פון פייער פון די קאמינטאנג און פארשידענע מחלות וועלכע זענען פארשפרייט געווארן און אומגעברענגט צענדליגער טויזענטערטויזנטער. ביי דער צייט מעא האט דעגרייכט שאנקסי האט זיין ארמיי נאר פארמאגט 8,000 מיטגלידער.
 
דערנאך האט נאכגעפאלגט די מלחמות צווישן כינע און יאפאן אין וועלכע די קאמוניסטן האבן געהאלפן די קאמינטאנג קעמפן די יאפאנעזער אבער זענען געבליבן פאליטיש נישט איינגעשטימט און די קריגערייען האבן צוריק אויסגעבראכן ווען די קאמפן זענען געווען פאראיבער אין 945'. די רויטע ארמיי האט זיך אויסגעצייכנט צו זיין די מערסט געשולטע ארמיי קעגן יאפאן וועלכע איז פארטריבן געווארן אונטער דרוק ווען זי האט געקעמפט א צווייטע פראנט מיט אמעריקע אויפ'ן פאסיפיק.
שורה 221:
קאמוניזם אין מזרח אייראפע האט אנגעהויבן אויסוועפן אין די שפעטע 80'גער יארן ווען גורבאטשאוו איז געווארן פרעזידענט פון רוסלאנד און ער האט פארשפראכן נישט צו נוצן רוסלאנד'ס מיליטער צו האלטן די קליינע לענדער ביי קאמוניזם. דאס האט באלד געפירט צו גרויסע פראטעסטן קעגן קאמוניזם אין פוילן און אין אונגארן וועלכע האבן באוויזן די ערשטע צו באזייטיגן די קאמוניסטישע פארטייען און באפרייען זייערע לענדער פון סאוויעט רוסלאנד. דאס איז נאכגעפאלגט געווארן אין טשעכקאסלאוואקיע וואו די פובליק האט אראפגעברענגט די רעגירונג און באלד דערנאך האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט אין דייטשלאנד וואו דער בערלינער וואנט איז אראפגעקומען און באפרייט מזרח דייטשלאנד פון קאמוניסטישע הערשאפט. באלד דערנאך האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט אין רומעניע וואו די מאסן האבן אומגעברענגט זייער קאמוניסטישער פירער און זיין פרוי און זיך אפגעטיילט פון סאוויעט רוסלאנד איבערנאכט און מיט דעם זענען אלע אפמאכן צווישן סאוויעט רוסלאנד און מזרח אייראפע צעפאלן און עלימינירט געווארן.
 
אלבאניע און יוגאסלאוויע האבן נאכגעפאלגט צום לעצט ערשט אין 90'. אין אלבאניע איז אלעס געגאנגן געשמירט אבער אין יוגאסלאוויע האט איבער דעם אויסגעבראכן א ציווילע קריג וועלכע האט זיך געשלעפט עטליכע יאר און האט געקאסט די לעבנ'ס פון הונדערטער טויזענטערטויזנטער מענטשן.
 
 
שורה 244:
צפון קארעא האט פרובירט אינוואדירן דרום קארעא אין 50' אבער איז געשטערט געווארן דורך די אליאירטע טרופן אין שפיץ פון די פאראייניגטע שטאטן. פון די אנדערע זייט איז כינע געשטאנען צו הילף פאר צפון קארעא און די קריג איז געווען א בלוטיגע וואס האט געקאסט מיליאנען מענטשליכע קרבנות. די קריג האט זיך געענדיגט מיט א שטילשטאנד אין 53' און איז פארבליבן צוויי באזונדערע שטאאטן.
דער קאמוניסטישער פירער פון צפון קארעא איז געווען קים איל סאנג וועלכער האט געהערשט פון 48' ביז זיין טויט אין 94'. ער איז געווען א דיקטאטורישער פירער וועלכער האט נאציאנאליזירט דאס לאנד מיט ברוטאלע הענט. זיין סיסטעם האט אבער פארפעלט און ביי דער צייט וואס ער איז געשטארבן האט דאס לאנד געהונגערט און מערערע עפעדימיעס האבן אומגעברענגט צענדליגער טויזענטערטויזנטער.
 
זיין זון, קים דזשאנג איל, האט אים איבערגענומען אלס פירער און האט געלייגט זיינע פריאריטעטן צו לעזן די עסן קריזיס און קומען צו א פארהאנדלונג איבער אירע נוקלעארע שטודיעס פראגראם מיט די פאראייניגטע שטאטן אין אויסטויש פאר עקאנאמישע הילף. אבער די געשפרעכן זענען דערווייל א דורכפאל און דאס לאנד איז פארבליבן קאמוניסטיש פונעם ערגסטן סארט.
שורה 311:
די קאמוניסטישע באוועגונג אין די פאראייניגטע שטאטן האט זיך אנגעפאנגן אין 917' נאכפאלגנדיג די באלשעוויק רעוואלוציע אין רוסלאנד. די קאמוניסטן האבן ארגינעל באלאנגט צו די סאציאליסטישע פארטיי אוו אמעריקע און האבן זיך אפגעטיילט און געגרינדעט צוויי נייע פארטייען וועלכע האבן זיך גערופן די קאמוניסטישע פארטיי און די קאמוניסטישע לעיבאר פארטיי. עווענטועל האבן זיך די צוויי פארטייען פאראייניגט און זענען געווארן די קאמוניסטישע פארטיי אוו די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע (סי-פי-יו-עס-עי).
קאמוניזם אין אמעריקע איז קיינמאל נישט טאלערירט געווארן און באלד נאך די ערשטע וועלט קריג האט די רעגירונג אנגעהויבן זיך פארלייגן אויסצוראטן קאמוניזם. צווישן 919' און 920' האבן פעדעראלע און לאקאלע אויטאריטעטן באפאלן קאמוניסטישע הויפטקווארטירן און ארעסטירט טויזענטערטויזנטער און די פארטיי איז געגאנגן אונטער די ערד וואו זיי זענען ווייטער אנגעגאנגן מיט זייער ארבעט און די אויטאריטעטן האבן זיי נאכגעיאגט און פון צייט צו צייט ארעסטירט נאך און נאך. אין 29' איז דער קאמוניסטישער פירער פון אמעריקע ארעסטירט געווארן און איז פארשיקט געווארן פון לאנד.
צווישן די יאר'ן פון 30' ביז 45' האט קאמוניזם געהאט איר גרעסטע איינפלוס אין אמעריקע. אין די יארן איז פארגעקומען די גרעיט דעפרעסיע און מיליאנען האבן פארלוירן זייערע דזשאבס און די אומצופרידענע האבן געזוכט א נייע עקאנאמישע סיסטעם צו וועלכע קאמוניזם האט געקלינגן זייער פאסנד פאר אזעלכע מענטשן.
 
שורה 320:
צווישן די יארן פון 50' און 54' האבן די אויספארשונגן דעגרייכט א קלימאקס ווען דער רעפובליקאנער סענאטאר, דזשאסאעף מעקארטי, האט זיך גענומען איבער פארדעכטיגטע וואס האבן שייכות מיט קאמוניזם און מיט דעם באוואשן צענדליגער אנגעזעענע פאליטישאנס. אין די ענדע האט די סענאט זיך גענומען איבער מעקארטי זעלבסט, נאכדעם וואס עס איז אויפגעוויזן געווארן אז ער האט אויסגענוצט זיין פאליטישע מאכט צו נקמה נעמען פון זיינע קעגנער אינערהאלב די רעגירונג.
מיטגלידערשאפט אין די קאמוניסטישע פארטיי איז געפאלן אין די טויזענטערטויזנטער יעדעס יאר און ביז 57' האט עס געהאלטן אינגאנצן ביי 10,000. פון דעמאלט אן איז די קאמוניסטישע פארטיי אן אויסגעשפילטע פארטיי מיט ווייניג אויפטוען אבער עקזיסטירט נאך ביז'ן היינטיגן טאג.
אריבער די גרעניץ אין קאנאדע האט קאמוניזם געהאט שטיצע אינערהאלב די האנדל יוניאנס וועלכע האבן געוואלט אראפווארפן אמעריקאנער און בריטישע אימפעריעליזם. אבער קאמוניזם האט אנגעהויבן פארלירן שטיצע ווען סטאלין איז געשטארבן און עס איז ארויפגעשווימען דער אמת וואספארא קאלטבלוטיגע רוצח און מאסן מערדער ער איז געווען, וואס האט געגעבן א שלעכט בילד איבער קאמוניזם בכלל. מיט דער צייט האבן די צוויי גרעסטע יוניאנס פארלאזט די קאמוניסטישע פארטיי און קאמוניזם איז זינט דעמאלט פארבליבן א קליינע סעקטע.