אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אייוועלט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 216544 פון ווארצגאנג (רעדן)פעלט נישט אויס צוריקאויפוועקן רוני
אין תקציר עריכה
שורה 2:
 
דאס וועבארט לאזט נישט צו קיין שום אומ'תורה'דיגן אינהאלט. הלבנת פנים, לשון הרע, א.ד.ג. - עס איז דא א הויפט פרינציפ און פאליסי נישט צו באשרייבן קיין ''היימישע'' ד.ה. פרומע רבנים און עסקנים.
 
== היימשיע קרעטשמע ==
 
היימישע קרעטשמע איז א פרייע אפענע מעסעדש באורד וועב-סייט פאר היימישע יודיש רעדנדיגע מענטשן, די אינהאלט דערפון איז געשריבן אויף א פרומע פרינציפ. קיין שום קאנטראווערסיעלע ענין, פאליטיק, מחלוקת, פון די היימישע וועלט, ווערט נישט און איז נישט ערלויבט צו דיסקוסירן. אלעס ווערט געשריבן אויף א הומאריסטיש און גוט געלוינטע שפראך און אין די זעלבע צייט האלט עס אן די ערענסקייט פון אידישקייט און קיין שום לצנות אויף מסורה אדער אידישקייט איז ערלויבט, אדרבא איינע פון די מאטא'ס פון די וועב-סייט איז צו ארויסברענגען ווי גוט און געשמאק עס איז צו זיין א תורה טרייער איד.
 
אויך איז די גאנצע סייט אויסגעשטעלט ווי א ווערטואלע קהילה, שטעטל און - פארשטייט זיך - קרעטשמע, א גאטונג ווי קליינע קינדער שפילן 'הויז', אבער אויף א געשמאקע הומאריסטישע אטמאספערע. צום ביישפיל עס איז דא דארט א ארענדאר וועלכע פירט אן די סייט, א דיין וועלכע רופט זיך "סאכדעס", א "קרעמער" וועלכע פאררופט זיך צו זיין דער מייסד, א ראש הקהל פאר וועלכע מען מאכט וואלן, א סעקרעטאר א מאשקע וואס סערווירט די קרעטשמע קונדן,ווי מען וויצלט זיך איינעם דעם אנדערן, עס קומען פאר וואלן פאר די פאזיציעס, אויך איז דא ווערטואלע צימערן (אשכולות) א צימער ווי מ'דאווענט, א רואיגע צימער, א היציגע צימער, א פריוואטע צימער, א עסן צימער, א מיטוואך צימער, וכדומה.
אויך הערשט דארט א מורא'דיגע אחדות, ווי נאר עס קומט אן א פרישער באזוכער אנטפאנגט מען איהם מיט א ווארעמע שלום עליכם, יעדער קאמפלימענטירט זיך איינעם דעם אנדערן.
 
ארגינעל איז דער סייט געווען א פארום אויפן העברעאישן וועב סייט היידפארק, שפעטער האבן זיי זיך געעפנט אן אייגן סייט מיטן אומזינסטן סאפטוועיר phpBB און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא"וו. אבער עס ווערט נאכאלץ גערופן ביי טייל די קרעטשמע.
 
== גילוי ==
 
וויבאלד דער חסידישער עולם איז א "טייט קאמיוניטי" און אויך איז דארט אן עוולה צו זיצן און שרייבן אויף די אונטערנעץ, ממילא איז דארט פארהאן א באגריף פון "גילוי". דאס הייסט אויב איינער פראבירט צו אנטפלעקן ווער עס איז ווער עס שטייט אונטער דער ספעציפישער ניק, וועט מען אים תיכף ומיד אויסשפארן.
 
און בכלל הערשט דארט א היבשע דיקטאטורשאפט, בפרט פון "קרעמער" וועלכער וועט אויסמעקן תגובות און אוועקפירן סיי וועלכער אשכול עס געפעלט אים נאר.