אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ימי התלאות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '<!--אריינפיר--> ימי התלאות איז א קונטרס געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם בן ר' נחמן א זוהן פון ר...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 18:10, 24 אויגוסט 2011


ימי התלאות איז א קונטרס געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם בן ר' נחמן א זוהן פון ר' נחמן מטולטשין, פון די גאר נאנטע תלמידים פון רבי נתן מברסלב.

עס איז דערין ביישריבן די צרות און פיין וואס דער צדיק ר' נתן פון ברסלב האט מיטגעמאכט דורך די יאהרן ה'תקצ"ה ביזן יאהר ה'תקצ"ט. ווי מען אסאך האבן איהם נאכגעשריגן אין די גאסן און איהם באווארפן מיט שטיינער, מען האט גע'אסר'ת יעדן מען זאל זיך נישט אנגעהערן צו איהם, מען מוז איהם און אלע ברסלבער חסידים דערגיין די יאהרן, ביז זיי וועלן ווערן אפגעמעקט אינגאנצען.

אסאך חסידים האבן דאן גע'מוסר'ת ר' נתן מברסלב פאר די אוקריינישע רעגירונג, און מיט שוחד און ליגענט איז זיי געלונגען אז מען האט איהם איינגעשפארט אין תפיסה און מען האט געוואלט דן זיין צו הרג'ענען, אבער צו ווערן פארטריבן קיין סיביר. אבער איינזענדיג אז מען קען איהם נישט פארטרייבן אינגאנצען האבן זיי פארבעטן די רעגירונג איהם צו פארטרייבן פון זיינע חסידים קיין נעמרוב זיין געבורט שטעטל, זיינע חסידים און נאנטע האבן דאס נישט פארשוויגן און אנגעהויבן א מערכה איהם מציל זיין און אויפצייגן זיין גערכטיגקייט.

ביי די ענדע האט מען איהם גארנישט געקענט שלעכט טועהן, זיינע שונאים און פארפאלגער האבן געהאט וויסטע מפלות, די איבריגע האבן איהם איבערגעבעטן, און ער איז צוריק קיין ברסלב און געלעבט במנוחה ושלוה צווישן זיינע נאנטע און געטרייע תלמידים ביז יאהר ה'תר"ה ווען ער איז נסתלק געווארן.


זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען

[[קאַטעגאָריע:]]