אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טראני טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 362434 פון ששון (רעדן)
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''טראני טווערסקי''' געבוירן י"ד כסליו תרס"ה, איז געווען די [[רעביצין]] פון דעם דריטן [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי, ר' [[יעקב יוסף טווערסקי]], און די טאכטער פון ר' [[פנחס טווערסקי|פיניעלע אויסטילער]].
 
זי איז געווען באקאנט אלס א ריכטיגע [[רעבעצין]] א שם דבר, זייענדיג א איבערגעבליבענע צווייגל פון דער [[בעלזא|בעלז]]ער משפחה, ווי זי איז אויפגעוואקסן אירע יונגע יארן, א איינ'איינציגע פלומעניצע פונעם בעלזער רב ר' [[אהרן רוקח|אהרן]] פון איין מאמע, וואס דער בעלזער רב אליין האט זיך אזוי אויסגעדרוקט, '''זי איז דאך א אייגענע'''.
 
עס ווערט דערציילט אויף איר גאר גרויסע שבחים, וואס צווישן זיי, האט געזאגט אויף איר דער פריערדיגע בעלזער רב ר' [[ישכר דוב רוקח (א)|ישכר דוב]] (איר זיידע), '''מיין טראנעלע פעלט נאר דאס [[קאלפיק]]''', מיינענדיג צו זאגן אז זי איז א בעלת דעת פאר זיך און איז ראוי צו גרויס חשיבות.
 
ווען זי איז געווארן א בת מצוה, האט זי באקומען פון איר זיידע דער מהרי"ד מבעלזא, א פאר לייכטער צו צינדן שבת לעכט, און האט איר געזאגט: '''זאלסט אויסבעטן ביי די לעכט, אז די אויגן פון דיין צוקונפטיגער חתן, זאל לייכטן אין תורה'''.
 
זי איז געווען באקאנט אלס א גאר גרויסע עסקנטע צו העלפן יודן, מיט שידוכים מיט הכנסת כלה און ספעציעל דעם מוסד [[בית לפליטות]] וואו זי האט געקריגן דעם טיטל 'נשיאה' איבער דעם.