אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאסעלע ראזנבלאט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיין חתונה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''יאסעלע ראזענבלאט''' ([[9טן מיי]] [[1882]] - [[19טן יוני]] [[1933]]) איז געווען דער בארימסטער [[חזן]] אין זיינער צייט, סיי ביי די [[אידישע וועלט]] און זאגאר ביי די ניטנישט-אידישע וועלט אויך. און נאך היינט קלינגט די וועלט מיט זיין נאמען.
 
אפילו די וואס ציילן זיך ניטנישט צווישן די חובבי חזנות, ווייסן פון אים צו זאגן און עהרן און ליבן זיינע ווערק.
 
יאסעלע איז געבוירן אין 1882 אין [[שווארצע טומאה]], [[רוסלענדישע אימפעריע]] (היינט [[אוקראינע]]) צו זיין פאטער, א חזן און א [[סאדיגורא (הויף)|סאדיגורער]] חסיד.
 
ער איז געווען א חזן אין עטליכע שטעט אין [[אייראפע]], אין זיין יוגנט איז ער געווען א "וואנדערער", פארנדיקפארנדיג ארום אין די שטעט.
 
ער איז געווארן אן איידעם אין [[בריגעל]]; ביים ארטיגן שוחט א באבובער חסיד. דער מסדר קידושין איז געווען דער בריגעלער רב, הרב [[טוביה ליפשיץ]].
גלייך נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן זיין קאריערע אין [[מונקאטש]], דעמאלט אין [[אונגארן]], אבער שפעטער האט ער פארלאזט די שטאט און איז אריבער קיין [[פרעשבורג]].
 
אין יאר [[1906]] איז ער געווארן הויפט חזן אין [[האמבורג]], א שטאט וואס זייער שווער געווען פאר יאסעלע, זייענדיק א ייד פון [[מזרח אייראפע]] און נישט געווען געוווינטגעוואוינט צו די מנהגים פון [[דייטשלאנד]].
 
אויפן [[1טן יוני]] [[1912]], איז יאסעלע אנגעקומען קיין [[ניו יארק]], דארט איז ער געווארן שטארק פאפולער, און האט פארגעשטעלט א גאנצע רייע קאנצערטן, און אויפטריטן, אויף די לענג און די ברייט פון די [[פאראייניקטעפאראייניגטע שטאטן]] און אייראפע. אויך האט ער רעקארדירט זיינע ניגונים אויף פאטיפאן.
 
ער האט אפגעזאגט עטליכע מאל צו אויפטרעטן אין אפערע, אבער אין [[טעאטער]] האט ער געזינגען. ער איז פארגעשלאגן געווארן דורך [[ווערנער ברודער]], צו זיין אקטיאר אויפן ערשטע שטום-פילם, "[[דער דזשאז זינגער]]", אבער ער האט אפגעזאגט, מיטן טענה אז עס פאסט נישט פאר א מענטש וואס דאווענט פארן עמוד צו ערשיינען אויף אזעלכע פארוויילונגען, ער האט איינגעשטימט אבער איינגעשטימט צו זינגען ניגונים וואס זענען נישט פון דאווענען.
 
אין יאר [[1933]] איז ער געקומען קיין [[ארץ ישראל]], ווי מען האט געמאכט א פילם, און ער זינגט ניגונים אויף ארץ ישראל, ווי מען זעט פארשיידענעפארשידענע פאנאראמעס פון ירדן, קבר רחל און נאך.
 
ער איז נפטר געווארן נאכן זיך גיין באדן אין [[ים המלח]], און ער איז שוואך געווארן, נאכן ווערן געברענגט קיין [[ירושלים]], האט ער באקומען א בארואיגינגס איינשפריץ, און דערנאך איז ער אוועק, אין עלטער פון 51 יאר.
 
זיין עלסטער זון הרב שמואל ראזענבלאט האט אפגעשריבן זיין טאטנ'ס ביאגראפיע אין א ענגלישן בוך, און אין יאר תשכ"א איז עס איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורך נ. גינתון נאכדעם וואס עס פלעגט לויפן אין פארזעצונגען אין דער [[הצופה]] יעדן פרייטאג.
 
אין יאר תשס"ז איז עס ווידער איבערגעדרוקט געווארן אין ירושלים.
 
{{גרונטסארטיר:ראזנבלאט, יאסעלע}}