אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זאמביע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'די '''רעפובליק פון זאַמביע''' ({{שפראך-en|Republic of Zambia}}) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין [[דרו...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 22:32, 20 פֿעברואַר 2011

די רעפובליק פון זאַמביע (ענגליש: Republic of Zambia) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרומדיקער אפריקע. זאמביע גרענענט די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו צפון, טאנזאניע צו צפון־מזרח, מאלאווי צו מזרח, מאזאמביק, זימבאבווע, באצוואנע און נאמיביע צו דרום, און אנגאלא צו מערב. די הויפטשטאט איז לוסאקא, פלאצירט אין דרום־צענטראלן טייל פון לאנד. דער זאמבעזי טייך פלוסט אדורכן לאנד.

די אייראפעישע אויספארשערס האבן אנגעהויבן קומען אין זאמביע אינעם 18טן יארהונדערט, און די הויפטן פון די לאקאלע שבטים האבן מסכים געווען אז דאס לאנד זאל ווערן א בריטישן פראטעקטאראט, וואס האט געהייסן צפון רהאדעזיע.

אום 24סטן אקטאבער 1964 האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך געמאכט צפון רהאדעזיע איר זעלבסשטענדיק, און זי איז געווארן א מיטגליד אינעם קאמאנוועלט. פון 1964 ביז 1991 האט קענעט קאונדא געפירט דאס לאנד, אלס אן איינפארטייאישער שטאט. דער צווייטער פרעזידענט איז געווען פרעדעריק טשילובא, פון 1991 ביז 2002. דער דריטער פרעזידענט איז געווען לוי מוואנאוואסא, ביז זיין טויט אין 2008. ער האט אסאך געטון אויסראטן קארופציע אין דער רעגירונג.