אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידיש-וויקיפעדיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.5.2) (באט צוגעלייגט: he:ויקיפדיה באידיש
מ r2.5.2) (באט געענדערט: he:ויקיפדיה ביידיש; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
[[בילדטעקע:YddishWikpediaLogo.png|left|thumb|250px|אידישע וויקיפעדיע סימבאל.]]
די '''יידישע װיקיפעדיע''' איז די [[וויקיפעדיע]] אויף דער [[יידיש]]ער [[שפראך]].
 
שורה 6:
זי איז געגרינדעט געווארן [[כ' אדר]] [[ה'תשס"ד]] ([[מארץ 13]] [[2004]]) <ref>[http://en.wikipedia.org/wiki/Wikipedia:Multilingual_coordination פילשפראכיגע קאארדינאציע] {{לינקשפראך|ענגליש}}.</ref>, היינט צוטאגס אנטהאלט זי {{NUMBEROFARTICLES}} ארטיקלען.
 
== וויקימעדיע פונדאציע ==
די ''אידישע וויקיפעדיע'' איז געגרינדעט געווארן דורך דער ''[[וויקימעדיע פונדאציע]]''. אלע [[װיקיפּעדיע:אינטערשפראך לינקס|שפראכן וויקיפעדיעס]], איבער 270 אין צאל, איז איין גרויסער פילשפראכיגער פרייער ענציקלאפעדיע פראיעקט אונטער דער פונדאציע'ס אויפזיכט.
 
שורה 19:
עס איז אזוי אויסגעשטעלט אז אלעס וואס מען שרייבט ווערט אטאמאטיק באפרייט פאר יעדן צו קאפירן און זיך באנוצן אן רשות פארן אייגענעם געברויך פון די גאנצע וועלט, דעריבער קען מען נישט אריין קאפירן גארנישט וואס האט עפעס קאפירעכטן.
 
== וויקיפעדיע ==
דאס ווארט ''וויקיפעדיע'' איז א צוזאמשמעלץ פון 2 ווערטער, ''וויקי'' נאכן סאפטווער אויף וואס דער סייט לויפט, אין לשון פון שנעל אויף 'האוואי'שער שפראך, און ''פעדיע'' (פון ענציקלא-פעדיע) וואס מיינט אין לאטייניש, ארומענעמדיג אלץ.<ref>[[וויקיפעדיע]]</ref> עס איז אויסגעשטלעט אין א היעראכיע פון באניצערס וואס קיינער קען נישט געוועלטיגן און ארויפצווינגען עפעס איבער דעם אנדערן'ס מיינונג, נאר אלץ ווערט געטאן דורך [[קאנסענסוס]].<ref>[[וויקיפעידע:וויקאפידען]]</ref> עס זענען פארהאן [[סיסאפ]]ן (א פארקערצונג פון 2 ווערטער סיסטעם אפעראטאר) וואס ווערן ערוויילט דורך דער קהילה<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:אדמיניסטראציע]]</ref> דורכצופירן די [[קאנסענסוס]] שאפונג דורך צייטווייליג אפשפארן יעדע ענין וואס איז אין מחלוקת און א שטער פארן כלליתדיגן בוי פון וויקיפעדיע.<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:אדמיניסטראציע#סיסאפ]]</ref> גארנישט און קיינער ווערט צענזורירט,<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:וואס וויקיפעדיע איז נישט#צענזור]]</ref> נאר בלויז אויף די צייט ביזווילאנג קאנסענסוס ווערט געשאפן, קען דאס ווערן צענזורירט נישט קיין סעקונדע שפעטער וואס מען שליכט דאס.<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:ארטיקל פארשליסונג]]</ref> אויך זענען פארהאן באניצערס אויף העכערע שטאפל פון כוח, ווי דער [[ביראקראט]] וואס מאכט די סיסאפן<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:ביראקראט]]</ref>, און די [[סטוארט]]ן, וואס איז נאך העכער, ער פאסט אויף אז די באנוצער זאלן זיך טאקע באגיין לויט דער סיסטעם.<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:סטוארט]]</ref>
=== ענציקלאפעדיע ===
די אידישע וויקיפעדיע האט בלויז איין ציל פון פארשפרייטן [[וויסן]], דורך דינען אלס א פרייע און אפענע [[ענציקלאפידיע]] אין דער [[אידיש]]ער [[שפראך]].
 
שורה 29:
 
די דאזיגע 5 ענינים, זענען טאקע אבסאלוט נישט קיין ציל פאר זיך, אבער זענען פארט אויטאמאטיש אינעם גרעסערן בילד פונעם פראיעקט, און דינען אלס מטרה און אגענדע, בלויז צייטווייליג דורכאויס דעם פראצעס, צו עררייכן א פולשטענדיגע גענצליכע אידישע ענציקלאפעדיע: מען קען נישט באצייכענען די אידישע וויקיפעדיע אלס בלויז עפעס א וועב סייט, ווייל דאס איז נישט איין סייט אין פשוטן זין פון ווארט, נאר א איבער 4000 זייטן זאמעלונג.
==== גוגל פאקטאר ====
היינט צוטאגס איז [[גוגל]] זוך מאשין, דער גאנצער אויספארמונג און פאפולערקייט פונעם קאלעקטיווען אינטערנעט.<ref>[[גוגל#מאנאפאל]]</ref> און גוגל מאכט די אידישע וויקיפעדיע פאר די אינטערנעט אין אידיש. ווייל דער הויפט מהלך וויאזוי גוגל ארבייט איז צו לינקען ווער עס האט דאס מערסטע לינקס.<ref>[[גוגל#בלאט ראנק]]</ref> די אידישע וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט מיט די מערסטע לינקס פון אלע וועב סייטס און זאל האבן מער לינקס פון אלע וועב סייטס צוזאמען.<ref>[[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:לינקס]]</ref> דעריבער וויבאלד זי האט אזויפיל לינקס שיקט איר גוגל אלע אידישע אינטערנעט באנוצער וואס זוכן סיי וואס עפעס ווערטער אין אידיש, אין די מאסן אסאך מער ווי אלע אנדערע סייטס פארהאנען.עס וועט זיך כמעט נישט מאכן א זוך פון א ווארט אין אידיש אן צענדליגע אידישע וויקיפעדיע ווייזונגען אויף די ערטשע פאר בלעטער פון די רעזולטאטן, וואס דאס איז קריטיש אנטשיידען פאר די זוכער צו שלום מאכן מיטן מצב און אריינגיין בלויז דארטן.
 
==== אידישקייט ====
דאס טוט פארשפרייטן [[אידישקייט]], כאטשיג דאס האט דערווייל בלויז עטליכע פיר טויזענט ארטיקלן, דינט אבער איר פרייהייט און אפענקייט אלס אן אינוויטאציע פאר נאך שרייבער דא צו בארייכערן מיט א פאנטענציאנאל שלל ידיעות וואס שטייט פאר אלס א צוזאג ווי צוקנויפטיגע אידישע דורות וועלן נוצען דעם זייט אלס הויפט בלאט מכוח איר [[אנציקלאפעדיע]] נאטור וואס סערווירט איין געוויסער פאלק אידן וואס רעדן זייער שפראך אידיש, זיך צו דערוויסן און לערנען איבער אלעס און אלעמען אויף די אידישע וועלט אין זייער אידישע לעבן פון אמאל און פון היינט.
 
==== דעמאקראטיע ====
אויך ברענגט דאס דער אידיאל פון [[דעמאקראטיע]] צו די אידישע לעבן'ס שטייגער, וואס אלעס ווערט געפירט פון עסקנים מיט רבנים אן קיין פראצעס פון וואלן<ref>[[חרדים]]</ref>. ווייל זי דינט ווי א פעסטע סאציאלע טול צו האלטן די אידישע פירער צו אקאונטיביליטי, מכוח א אפענער אנציקלאפעדיע, וויסענדיג אז דער אמת איבער זייער שאפן און לעבן ווערט דאקומענטירט און באשריבן אין די אידישע וויקיפעדיע, פאר טויזענטער צו ליינען און דעבאטירן, דורך טויזענטע פריוואטע באהאלטענע מענשטן וואס קיינער קען זיי נישט מעקן און צענזורירן.
 
==== תורה ====
ווי אלע וויקיפעדיע שפראכן איז דער אידיששער וויקיפעדיע א 'דעת' און 'וויסנשאפט' צענטער ווי ביי חרדים ישיבה אדער כולל אדער ווי ביי פרייע אן אוניווערסעטי אדער שולע . איינער שרייבט א סברה, טעם, הלכה, מנהג, אדער פשט, אן אנדערער שפרינגט אויף און פרעגט דאס אפ און דעם [[רעדן]] בלאט, און פארענדערט דאס לויט זיין מסקנה, און דער דריטער מאכט א פשרה. און אזוי ווייטער ביז עס ווערט דורך פלפול און חברותא אויסגעדראשן א תורה שלימה.
 
==== קהילה ====
בנוסף צו דעם אלעם עס איז אויך א [[קהילה]] אינעם פולסטען זין פון ווארט, אזא סארט [[ווירטואל]]ע [[געמיינדע]] וואס פאראייניגט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס ווילן דא שרייבן און ליינען א ענציקלאפעדיע. די וויקאפידען ווי מען רופט די פלייסיגע באטייליגער זענען פון דייטשלאנד ביז ניו יארק און ארץ ישראל, אידן וואס שעצן די מוטער שפראך, אפילו זיי זענען נישט אזוי שטארק שולט דערין, ווילן זיי דאס אבער בויען און פערזערווירן פאר די דורות הבאים.
יעדע ליאדע סעקונדע רוקט זיך איינער אן, מען ברויך דאך נישט קיין רשות צו שרייבן, און געט פלוצלינג א פארעכט, א ענדערונג, לייגט צו עפעס א נקודה און דעטאל וואס דער פריערדיגער האט פארהוילן און נישט געשריבן, אדער שמועסט איבער סיי וואסארא ענין, אין איר געראטענער רעדן בלאט, וואס יעדער ארטיקל האט א רעדן בלאט זיך אויסצושמועסן איבער דעם ענין. עס שלאפט קיינמאל נישט דער סייט, ווייל די שעות איבער די וועלט, מאכט אז מען ארבייט ווען מען שלאפט אין איין פלאץ, אפילו אין שבת ווייל אידן פון [[אויסטראליע]] וואס ביי זיי איז שוין זונטאג זענען דעמאלטס פארנומען דא צו אויפלעבן קומט דאך אויס אז מיר זענען א שיינע אידישע קהילה.
 
== וויאזוי ארבעט דאס? ==
וואס טרייבט איר וואוקס? און וואסערע ענינים שרייבט מען דארטן?
 
שורה 55:
 
די גרונט פון וויקיפעדיע איז טאקע זיך האלטן נייטראל איבער יעדן ענין, אבער עס אנערקענט דאך אין די פרייהייט פון יעדן מענטש אויף די וועלט, און לאדענט יעדןס פערספעקטיוו און דעת לויט וויאזוי זיי פארשטייען אז דאס איז נייטראל קענען זיי דאס פרייהערהייט און אפען פאר אלעמען גלייך דאס צו טוישן אן קיין רעדאקציע וואס זאל באגרעניצען די דעת און אמת און זיי פארטרייבן דורך פארשטילן זייער רייץ אויסצופירן זייער מיינונג.
=== ביישפיל ===
כדי צו פארשטיין אט די שטארקע רייץ פון א פרייען אומבאגרעניצטען כוח, וואס דאס הייסט אז קנאת סופרים איז באמת תרבה חכמה אויב מען לאזט די קנאה ברענען און פלאקערן אן קיין באגרעניצונג פון קיינעם אויף די וועלט, איז כדי צו ברענגן אלס ביישפיל דעם הויפט וויקיפעדיע מאדעל, די [[ענגלישע וויקיפעדיע]] וואס איז די גרעסטע און די ערשטע וויקיפעדיע שפראך.
 
שורה 62:
אבער איר וועט באמערקן אז וואס טוען זיי דארטן די באנוצער? לאמיר גיין צו די סאטטיסטיקס זייט און עס אנטפלעקט זיך אז די ארטיקל [[זשארזש דאבליו בוש]] איז דאס מערסטע גענדערט און רעדאגירט דארטן. [http://en.wikipedia.org/wiki/Special:Mostrevisions]
 
==== דזשארדזש בוש ====
דאס ווייזט אז אקטועלע ארטיקלן ווערן די ענזשין וואס דאס ציעט דעם באטייליגער זיך צו אנשליסן און טרייבן ווייטער זיין באטייליגונג צו פארברייטערן אנדערע ארטיקלן פאר די גאנצער וויקיפעדיע פראיעקט. ווייל איינמאל מען זעהט אז די ברירה ווערט געגעבן פאר יעדן איינציגן פארשוין, נישט קיין חילוק זיין [[בייעס]] ווי גרויס עס איז, צו איז דאס א [[רעפובליקאנער]] אדער גאר [[ליבעראל]]ער, אז יעדער קען טוישן אינפארמאציע וועט ער שוין ווייטער טוישן אלעס וואס עס איז נאנט צו זיין לעבן.
 
דער פירער פון די וועלטס מאכט איז נישט דארטן בעל הבית אויף דעם וויקיעפדיע, אבער ער איז אן אישו וואס העלפט די מערסטע פארן וואוקס פון וויקיפעדיע, ווייל די מיליאנען חברה וואס קענען ענגליש און זענען אדער זיינע שונאים אדער זיינע אוהבים, להבדיל ביי אונז, אדער זיינע חסידים אדער זיינע מתנגדים, וואס רעדן עגליש. וויבאלד זיי פארמאגן אינטערנעט צוטריט ברענט אין זיי די רייץ זיך צו לאזן הערן זייער מיינונג איבער זיין לעגענדע לעבן און שאפן, און ווערן געטריבן צו זיך באטייליגען אינעם אויספארעמונג פון ארטיקלן.
 
===== אהרן טייטלבוים =====
אזוי אויך גענוי איז אין די אידישער וויקיפעדיע, דער ארטיקל איבער דאס לעבן און שאפן פון ר' [[אהרן טייטלבוים]] שליט"א, דער סאטמאר רבי פון מאנרוי, איז דאס מערסטע געטוישט און רעדאגירט. (נאך די [[ערשטע זייט]], און [[אידישער וויקיפעדיע]] און [[וויקיפעדיע]] און [[פארטאל:אקטועלע ארטיקלן|פארטאל]] פון די [[אקטועלע ארטיקלן]] וואס זיי זענען אינעווייניגסטע סיסטעם בלעטער.) [http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%96%D7%95%D7%A0%D7%93%D7%A2%D7%A8:Mostrevisions]
 
שורה 87:
א גוטער ביישפיל צו דעם איז דער צווייט גרעסטער [[קאנטראווערסיע]] אין אידישער וויקיפעדיע, נעמליך וואס טוט מען מיט ארטיקלן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די חרדישער לעבנס אויסקוק? פרומע זענען דאך די רוב פון אידיש שפראך, איז וויאזוי קענען דא די סעקלארע שרייבן ארטיקלן וואס זענען קעגן רוב?
 
===== מיעוט סעקולאריסטן קעגן רוב פרומע =====
אויך איז די [[סיסטעם]] בלעטער א שטארקע אישו, ווי די הויפט זייט און די אקטועלע ארטיקלן, וואס די צוויי זענען אויך פון די מערסטע געטוישטע ארטיקלן, ווייל די דעבאטע איז וואס פונטקליך איז אקטועל? ביי וועמען? עס איז דאך דא אקטעועלע זאכן ווי די פרשה פון [[משה קצב]] וואס ביי די רוב וויקאפעדיעןס, די חרדים איז דאס אסור צו דערמאנען. די חרדישע צייטונגען האבן פארשוויגען דעם גאנצען פרשה און קיין ווארט נישט באריכטעט דערוועגן.
 
שורה 115:
ארטיקלען וואס פארטוהען זיך מיט סעקס און נאך אומאיידעלע ענינים טוען מיר ווי די תורה מיר שרייבן פונקטליך וויאזוי און וואס צו זיך באגיין כדי אפהיטן פון טעותים וואס קען זיין טויטליך אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
 
== וויפל באנוצער? ==
איינגעשריבענע באנוצער האט זי עטוואס מער פון 700, אבער דאס שפיגעלט לאו-דווקא אפ די ריכטיגע צאל באטייליגער ווייל איעדער איינער מעג זיך האבן עטליכע באנוצער נעמען אויב מען נוצט דאס נישט צו שאפן קאנסענסוס איבער תוכן וויאזוי דאס זאל געשריבן ווערן.
 
שורה 126:
איינע פון די גרויסע פראבלעמען אין דער יידישער וויקיפעדיע איז, אז ארום 50 פראצענט פון די ארטיקלען זיינען רעדאקטירט געווארן דורך בלויז צוויי מענטשן וואס זיי אליין זיינען די סיסאפס, אזוי איז די יידישע וויקיפעדיע געאייניקט צו א פריוואטע סטיל, שפראך און אידיאלאגיע.
 
== זעה אויך: ==
 
* [[וויקיפעדיע]]
שורה 132:
* [[קריטיק אויפן אידישער וויקיפעדיע]]
* א ליסטע פון אלע [[װיקיפּעדיע:Administrators|מנהלים]].
* [[וויקיפעדיעװיקיפּעדיע:וויקיפעדיע דארף אייך]]
 
== רעפערענצען ==
<references/>
 
שורה 142:
 
[[en:Yiddish Wikipedia]]
[[he:ויקיפדיה באידישביידיש]]
[[es:Wikipedia en yidis]]
[[eu:Yiddish Wikipedia]]