אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ישראלדיקער ספארטלער אומקום ביי דער מינכן אלימפיאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 8:
די טעראר אטאקע איז דורכעפירט געווארן דורך אכט פאלעסטינער, אלע פון זיי האבן געקענט [[דייטשיש]], און זענען געווען גוט טרענירט [[מיליטער]]יש. מאכאמעד מוסאלכא איז געווען קאמאנדיר פון די [[גרופע]].
 
די נאכט פון [[4טן נאוועמבערסעפטעמבער]], זענען זיי אנגעקומען אין מינכן [[באן סטאנציע]], וואו זייערע [[וואפן]] זענען געהאלטן געווארן אין געהיטענע שאפעס, זיך אנגעטון קליידער ווי ספארטלער, און מיט טאקסיס אפגעפארן צו די אלימפישע שטאט, און אריין צו די צימער ווי די ישראלדיקע זענען געווען, און זיי פארכאפט, צוויי אטלעטן זענען דעמאלט אומגעקומען, ביים פארכאפונג, און ניין זענען גענומען געווארן אלס משכונות.
 
די טעראריסטן האבן פארלאנגט אן אויסטויש, די באלדיקע באפרייונג פון 232 פאלעסטינער טעראריסטן, וואס זענען געווען אין ישראלדיקע [[טורמע]]ס. אין נאך צוויי טעראריסטן פון דייטשע טורמע. אויב נישט וועלן זיי אומברענגען די משכונות. ישראל האט נישט געוואלט פארהאנדלען מיט זיי, דייטשלאנד אבער האט איינגעשטימט, ווילנדיק אז די פארמעסטן אין די אלימפיאדע זאל ווייטער אנגיין, אז די פארכאפערס און די פארכאפטע וועלן פליען קיין [[טוניסיע]], אזוי האלטן די פאסירונגען ווייט פון ווי די אלימפיאדע. די דייטשע פלאן איז געווען, דורכפירן אן אקציע ווען די טעראריסטן קומען אן אין לופטפעלד, אומברענגן די טעראריסטן, און באפרייען די פארכאפטע.