אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אראביש-ישראלדיקער קאנפליקט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 87:
==דער קריג פון 1948==
 
[[טעקע:1948 Arab Israeli War - May 15-June 10.svg|small|thumb|left|250px|אראבישע אטאקע אויף ישראל, טאג נאכן גרינדונג]]
אויף [[מאי 18]], [[1948]], האט [[דוד בן גוריון]] דערקלערט דאס זעלבסטשטענדיגקייט פון [[מדינת ישראל]]. אייניגע שטונדע דערנאך האבן די ארמייען פון פינף אראבישע לענדער -- [[מצרים]], [[סיריע]], [[ירדן]], [[איראק]], און [[לבנון]] -- אנגעגריפן דעם נייעם לאנד מיט'ן דערקלערירטן ציל צו "אריינשטופן די אידן אין ים אריין". זיבן מאנאטן האבן די שלאכטן אנגעהאלטן, מיט פילע פון די ישראל'ישע סאלדאטן ניי-געקומענע אימיגראנטן פון די שארית הפליטה פון [[חורבן אייראפע]]. דער קריג האט זיך אויסגעלאזט מיט א נצחון פאר [[מדינת ישראל]], וועלכע האט צוגענומען פיל מער שטח ווי דער ארגינעלער [[יו.ען]] פלאן וואלט איר געגעבן. אלץ רעזולטאט פון דעם קריג זענען 700,000 [[אראבער]] אנטלאפן אדער פארטריבן געווארן פון זייערע היימען אין דעם ניי-געבוירענעם אידישן לאנד, און זיי זענען געווארן פליטים אין לאגערן אין [[מערב ברעג]] פון [[פאלעסטינע]], אין ירדן, לבנון, און דער [[עזה פאס]]. דער קריג איז גערופן געווארן דורך מדינת ישראל דער '''זעלבסטשטענדיגקייט קריג''', אדער '''מלחמת עצמאות'''. ביי די [[אראבער]] ווערט עס אנגערופן "'''אל נאקבא'''", אדער '''דער קאטאסטראפע'''.