אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באנקראטירונג"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: da:Konkurs (økonomi), sl:Stečaj
מ באט צוגעלייגט: ug:ۋەيران بولۇش; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
'''באנקראטירונג''' איז א לעגאלע דעקלעראציע פון אן אינדיווידועל אדער פירמע אז מען קען מער נישט באצאלן די קרעדיטארס (מלוה) און די הלוואות ווערן לעגאל אפגעווישט אונטער א [[געריכט]].
 
באנקראטירונג איז איינע פון די מערסטע קאמפליצירטע אפטיילונגן פון דעם [[געזעץ]] וועלכע נעמט אריין עלעמענטן פון קאנטראקט געזעץ, קאאפעראציע געזעץ, [[שטייער]] געזעץ, און ריעל עסטעיט געזעץ. באנקראטירונגן פאסירן יעדן טאג און פון צייט צו צייט פאסירט א באמבאסטישע באנקראטירונג פון א גרויסע פירמע. אין די לעצטע עטליכע יאר האט דאס לאנד מיטגעהאלטן עטליכע אזעלכע פאלן ווען אזעלכע פירמעס ווי ענראן, וואורלד קאם, און אדעלפיע זענען צוזאמענגעפאלן ווי אן אייזבארג אין דער פרילינג. אויב דאס איז נישט גענוג געווען איז אנגעקומען [[סעפטעמבער 11]] און מענטשן האבן אנגעהויבן פארכטן צו פארן מיט פליגער און איינע נאך די אנדערע האבן רוב גרויסע עירליינס זיך דעקלערט באנקראט כדי זיי זאלן זיך קענען ווידער-ארגאניזירן און צוריק אנהייבן מאכן געלט.
 
כאטש ביזנעס באנקראטירונג פארנעמט נאר 2 פראצענט פון אלע באנקראטירונגן האבן זיי אבער די גרעסטע עפעקט ווייל אמאל קען זיך דאס רעדן פון גרויסע געלטער וועלכע קען שעדיגן פארשידענע סעקטארן אין די עקאנאמיע.
שורה 32:
טשעפטער 7 איז ווען א פערזענליכער מענטש באנקראטירט און ווערט גערופן א ליקווידאציע באנקראטירונג. אין אזא פאל וועט א טראסטי איבערנעמען און פארקויפן אלעס וואס דער מענטש פארמאגט (אויסער וויכטיגע זאכן וואס מען דארף האבן צום לעבן ווי פריער דערמאנט) און פון דאס געלט וועט מען באצאלן די קרעדיטארס ווי ווייט מעגליך. קרעדיטארס ביי א פערזענליכע מענטש זענען הלוואות פון באנק, מארטגעדזש, קרעדיט קארד באלאנסעס, און הלוואות פון פריינט. א ביזנעס קען אויך גיין אונטער טשעפטער 7 אבער אין אזא פאל וועט זיך די ביזנעס דארפן פארשליסן און אלעס וועט ווערן ליקווידירט. איינמאל די קרעדיטארס האבן באקומען זייער געלט קען דער פערזענליכער מענטש ווייטער פארדינען געלט און ער וועט דאס נישט דארפן געבן פאר זיינע קרעדיטארס גענוי ווי עס איז דער פאל מיט א ביזנעס.
טשעפטער 11 איז די מערסט קאמפליצירטע באנקראטירונג וועלכע רוב ביזנעסער וועלן טאן אבער אויך א פערזענליכער מענטש קען דאס טאן. אין טשעפטער 11 וועט דער דעבטאר ווייטער פונקציאנירן און אויסארבעטן א פלאן מיט די טראסטי וויאזוי שפעטער צו באצאלן זיינע קרעדיטארס. פאר א ביזנעס איז דאס זייער וויכטיג ווייל זיי האבן גוטע שאנסן זיך צוריק צו שטעלן אויף די פיס און שפעטער וועלן זיי באצאלן פון דאס געלט. א פערזענליכער מענטש האט אויך א טובה דערפון וויל אלע זיינע נכסים בלייבן ביי אים און ער הייבט אן א לעבן פון דאסניי מיט א פלאן צו באצאלן זיינע קרעדיטארס צעביסלעך.
אמאל האט א דעבטאר געהאט אסאך צייט אויפצוקומען מיט א באצאלונג פלאן אבער דאס איז געטוישט געווארן דאס יאר און דאס נייע געזעץ גיט נאר א צייט אפשניט פון 120 טעג צו ענדיגן בעארבעטן די פלענער. אויב די צייט איז פאריבער מיט גארנישט וועלן די קרעדיטארס אליינס דארפן אויפקומען מיט א פלאן וועלכע קען זיין ערגער פאר די פירמע אדער באנקראטירטער מענטש.
טשעפטער 12 איז א ספעציעלע באנקראטירונג פלאן פאר פארמער. אין זייער פאל וועלן די פארמער בלייבן מיט זייערע פעלדער און אויסארבעטן א פלאן צו באצאלן די קרעדיטארס. טשעפטער 13 איז די זעלבע ווי טשעפטער 11 נאר איז פאר אינדיווידועלן ווי מיר האבן עקלערט ביי טשעפטער 11.
כדי צו קענען גיין באנקראט פארלאנגט זיך פארשידענע לימיטס און מינימום'ס וועלכע איז געוואנדן לויט די געזעצן פון די סטעיט. יעדע סטעיט האט אנדערע געזעצן און ביי יעדע באנקראטירונג פאל דארף מען גיין צו די לאקאלע סטעיט וואו דער מענטש וואוינט אדער ביזנעס איז הויפטקווארטירט.
שורה 89:
[[sr:Банкрот]]
[[sv:Konkurs]]
[[ug:ۋەيران بولۇش]]
[[uk:Банкрутство]]
[[ur:دیوالہ]]