אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאהאד בין אבדול אזיז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 20:
פאהאד האט צו אלעמענ'ס וואונדער גענומען א נייעם צוגאנג אבער האט דאך געוואוסט וויאזוי צו באלאנסירן זיין נאנטשאפט צו די מערב וועלט און דאך בלייבן אנגענומען צווישן די איסלאמישע. ער האט געבויט א רייע מעטשעטן און געגעבן אסאך געלט פאר איסלאמישע ארגאניזאציעס.
 
נאך בעפאר ער איז געווען קעניג האט ער גענוצט זיין דיפלאמאטיע צו ענדיגן די לאנג פארצויגענע בלוטיגע [[לבנון ברודער קריג]] און האט באוויזן זיי צוזאמענצוברענגן צום פארהאנדלונג'ס טיש אין די שטאט טייף, און אונטערשרייבן די [[טייף אפמאך]]. אין די ענדע 70'גער יארן האט ער נאכאנאנד געגעבן שטיצע צו [[איראק]] ביי די אויסברעכונג פון די [[איראן-איראק מלחמה]]. אין [[1981]], איין יאר בעפאר ער איז געווארן קעניג, האט ער אנגעהויבן ארבעטן אויף א שלום צווישן מדינת ישראל און די [[פאלעסטינער]], א שריט וועלכע האט דערשטוינט די סאודיע איינוואוינער.
 
אבער דער מכה בפטיש איז געקומען אין 91' נאך איראק'ס אינוואזיע אין [[קאוועיט]] ווען ער האט געמאכט א געוואגטן באשלוס אריינצולאזן די אמעריקאנער כוחות אין זיין לאנד צו קעמפן קעגן איראק. ער איז קריטיקירט געווארן און געסטראשעט געווארן אבער ער האט זיך נישט דערשראקן פון קיינעם און איבערגעטאן דעם זעלבן שפיל ביי די צווייטע קריג אין איראק. ווען די אמעריקאנער כוחות האבן געלאנדעט אין סאודיע אראביע האט פאהאד געזאגט זיין פאלק אז זיין לאנד וועט קעמפן אינאיינעם קעגן איראק און זייער אנוועזנהייט וועט זיין צייטווייליג. ווען די קריג איז פאראיבער איז אבער אמעריקע נאך נישט אזוי שנעל אנטלאפן פון סאודיע אראביע און די קריטיק איז געווארן גרויס. אין 96' האט א באמבע אויפגעריסן אין אן אמעריקאנער באזע אינעם מדבר וועלכע האט אומגעברענגט 19.